(די 3 טע זײַט פֿון 3)
װאָס שײך די אַנדערע רעליגיעזע שול־פֿאַרבאַנדן, „די יונײַטעד סינאַגאָג אָװ אַמעריקאַ‟ — קאָנסערװאַטיװ, און די „יוניאָן אָװ אָרטאָדאָקס דזשויִש אָרגאַניזײשאָנס‟ — אָרטאָדאָקס, װי אױך די חבֿרותעס פֿון די רעקאָנסטרוקציאָניסטן; זײ אַלע זײַנען געשאַפֿן געװאָרן אין 20סטן יאָרהונדערט. פֿון גרױסער װיכטיקײט זײַנען די צאָל זײער אײַנפֿלוסרײַכע אָרגאַניזאַציעס, װאָס זײער השפּעה שפּרײט זיך אױס אױף כּמעט אַלע לענדער פֿון ייִדישער צעשפּרײטקײט איבער דער װעלט. אײניקע פֿון זײ װערן אָנערקענט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַנען פֿון די „פֿאַראײניקטע פֿעלקער‟. צו זײ געהערן: „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנגרעס‟, „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟, „די אַנטי־דעפֿאַמײשן ליג פֿון דעם אָרדן בני־בנות‟ און דער „ייִדישער אַרבעטער־קאָמיטעט‟.
„דזשױנט‟, „האַיאַס‟ און „אָרט‟, די באַקאַנטע אָרגאַניזאַציעס איבער דער גאָרער װעלט, זײַנען בלױז אַ קלײנער טײל פֿון צענדליקער אַנדערע. פֿון גרױסער היסטאָרישער חשיבֿות זײַנען די הונדערטער לאַנדמאַנשאַפֿטן, װאָס האָבן געדינט װי אַ בריק צװישן דער אַלטער און נײַער װעלט. די צדקה־פֿעדעראַציעס זײַנען אָבער געװאָרן די הױפּט־בעלי־בתּים און װאָרטזאָגער פֿון ייִדישן קאָמונאַלן לעבן. געװען אַ צײַט, פֿאַר דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, װען די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע האָט זוכה געװען צו דעם סטאַטוס.
די נויטן פֿון ייִדישן פֿאָלק און ספּעציעל די הױפּט־דאגה פֿאַר דעם װױלזײַן פֿון מדינת־ישׂראל, האָט געפֿאָדערט צו שאַפֿן אַ רעפּרעזענטאַטיװע פֿאָרשטײערשאַפֿט כּלפּי־חוץ און כּלפּי־פּנים. דאָס האָט באַװױגן ד״ר נחום גאָלדמאַן צו שאַפֿן דעם „פּרעזידענטן־קלוב‟, איצט באַקאַנט װי „די קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן פֿון גרױסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟. געװען איז דאָס אין דער צײַט, װען אײַזענהאַוער איז געװען פּרעזידענט און דזשאָן פֿאָסטער דאַלעס דער סעקרעטאַר פֿאַר אױסערלעכע ענינים. ער האָט ניט געװאָלט קאָנפֿערירן מיט יעדער ייִדישער אָרגאַניזאַציע באַזונדער און פֿאָרגעשלאָגן צו שאַפֿן אײן פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה.
לעצטנס, האָט זיך צעפֿלאַקערט אַ װיכּוח אין דער ייִדישער עפֿנטלעכקײט װעגן דעם „פּרעזידענטן־קלוב‟, צי איז ער טאַקע אַ לעגיטימער, דעמאָקראַטיש־דערװײלטער, רעפּרעזענטאַטיװער אָרגאַן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט? אָנגעהױבן דעם װיכּוח האָט ראַבײַ עריך יאָפֿי, דער געװעזענער פֿירער פֿון דער רעפֿאָרם־באַװעגונג. ער האָט אָנגעװיזן, אַז די מאַכט איז קאָנצענטרירט אין די הענט פֿון דעם פֿאָרזיצער און דעם עקזעקוטיװ־װיצע־פֿאָרזיצער. בײדע זײַנען זיך ניט נוהג אין הסכּם מיט דעמאָקראַטישע פּרינציפּן און באַראַטן זיך ניט מיט די מיטגלידער־אָרגאַניזאַציעס פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟.
דער פּאַראַדאָקס איז, אַז די „קאָנפֿערענץ‟ איז באַשאַפֿן געװאָרן הױפּטזאַכלעך צו פֿאַרטײדיקן די אינטערעסן פֿון דער דעמאָקראַטישער מדינת־ישׂראל, אָבער זי אַלײן איז װײַט פֿון זײַן דעמאָקראַטיש. דער אמת איז, אַז אַ סך פֿון די מיטגלידער פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟ זײַנען ניט קײן „מיטגלידער־אָרגאַניזאַציעס‟. זײ זײַנען אַגענטורן פֿון קהלישע אָדער ציוניסטישע פֿאָנדן. לױטן אָנגענומענעם נוסח קאָן בלױז אַן אַמטירנדיקער פּרעזידענט פֿון אַן אָרגאַניזאַציע דערװײלט װערן צום אַמט פֿון פֿאָרזיצער פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟.
אַ סך מענטשן רײַסן אײַן װעלטן דערװײלט צו װערן צו דער פּרעזידענטשאַפֿט, בכדי צו װערן ראָױ צו װערן פּרעזידענט פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟ והכל יענה את הכּל… הרבֿ אַרטור הערצבערג ז”ל, אַלײן אַ געװעזענער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟, האָט זיך באַקלאָגט אין אַן עפֿנטלעכן בריװ אינעם Forward, אַז ער האָט קײן מאָל ניט געקאָנט אױסגעפֿינען דעם בודזשעט פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟. װי איך האָב אָנגעװיזן אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל װעגן פּאַראַדאָקסן אין ייִדישן לעבן, איז דער ענין טאַקע אַ וויכטיקער, ווען מע זעט, אַז ייִדן װערן בדרך־כּלל באַטראַכט װי דעמאָקראַטן און ליבעראַלן.
די ציוניסטישע װעלט־באַװעגונג האָט, אַחוץ אַנדערע דערגרײכונגען, אײַנגעפֿירט דעמאָקראַטיע אין אונדזער לעבן. די אײנציקע דעמאָקראַטיע אין מיטל־מיזרח איז אונדזער מדינת־ישׂראל. דאָ אין אַמעריקע װערט די ייִדישע פּאָליטיק און װירטשאַפֿט אָנגעפֿירט טאַקע פֿון „אַ קלוב‟ פּלוטאָקראַטן און אַן אָליגאַרכיע. אײן ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע האָט אַ פּערמאַנענטן פּרעזידענט. אַמאָל זײַנען די באַאַמטע דערװײלט געװאָרן אױף צװײ ביז פֿיר יאָר. הײַנט איז דער מאָדעל — די אַמעריקאַנער קאָרפּאָראַציע. עס איז באמת כּדאַי, אַז די ייִדישע פּרעסע זאָל באַהאַנדלען די פֿראַגע און אָנפֿירן מיט דער דעבאַטע. דער דעת־הקהל דאַרף און מוז קומען צום אױסדרוק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.