סוף־כּל־סוף, אַ ליפֿט מיט אַ מחיצה!

Gender-Segregated Elevator — Finally!

אַ ליפֿט מיט אַ מחיצה אין ירושלים
GALI TIBBON/AFP/Getty Images
אַ ליפֿט מיט אַ מחיצה אין ירושלים

פֿון סיגל שמואל (Forward)

Published June 11, 2014, issue of July 04, 2014.

באַזונדערע שול־קלאַסן פֿאַר מיידלעך און ייִנגלעך איז נישט קיין חידוש אין די פֿרומע סבֿיבֿות. אין ארץ־ישׂראל זענען אויך פֿאַראַן באַזונדערע שפּיל־פּלעצער, מעדיצינישע צענטערס, אויטאָבוסן מיט אַ מחיצה און אַפֿילו גאַסן, וווּ מענער און פֿרויען גייען אויף די פֿאַרקערטע זײַטן. ס׳זעט אויס, אַז דאָס איז נישט גענוג, דערפֿאַר האָט מען איצט אײַנגעפֿירט אַ נײַעם חידוש — נעמלעך, ליפֿטן מיט אַ מחיצה. יוסף כּהן, דער בעל־הבית פֿונעם חרדישן שׂימחה־זאַל „אַרמונות חן‟ אין ירושלים, האָט צעטיילט דעם ליפֿט אין זײַן בנין מיט אַ פּלאַסטיק־מחיצה, באַצירט מיט צייכנס פֿון דרויסן און אינעווייניק, וואָס דערקלערט, אַז דער אַרײַנגאַנג פֿאַר די מענער איז אויף רעכטס, און פֿאַר די פֿרויען — אויף לינקס.

כּהן האָט געזאָגט, אַז אַ טייל מענטשן ווילן מחמיר זײַן מיט דער מיצווה פֿון שמירת־עיניים, ווען זיי גייען אויף אַ חתונה. שטעלט זיך פֿאָר, האָט ער געגעבן צו וויסן, וואָס וועט זײַן, אויב פֿיר זכרים און פֿיר נקבֿות קומען צוזאַמען אַרײַן אין אַ ליפֿט? דאָס קען ברענגען צו אומצניעותדיקע מעשׂים! כּדי צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם, האָט מען אַרײַנגעשטעלט די מחיצה.

עס באַקומט זיך, אַז ווען אַ פֿרום פּאָרפֿאָלק אין ירושלים גייט אויף אַ חתונה צו זייערע חבֿרים, מוז מען מאַכן זיכער, אַז זיי וועלן נישט אָנהייבן פֿלירטעווען מיט אַ גאַנצער כאָפּטע פֿון אַכט מענטשן, פֿאָרנדיק אין אַ ליפֿט. ס׳איז גוט צו וויסן, אַז, אַ דאַנק דער מחיצה, וועט אַזאַ „שרעקלעכע‟ סיטואַציע נישט אויפֿקומען. עס פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין דער לאָגיק פֿון דער נײַער חומרא: פֿאַרוואָס דאַרף מען זיך זאָרגן וועגן דעם דווקא אינעם ליפֿט? דער שׂימחה־בנין איז דאָך גאַנץ גרויס; צו פֿלירטעווען קאָן מען דאָך, למשל, אויף די טרעפּ בײַם אַרײַנגאַנג.

כּהן פֿאַרשטייט, אַז דאָס איז טאַקע אַ סתּירה, און קלײַבט זיך אויך אײַנצושטעלן אַ מחיצה אין אַנדערע ערטער, אַרײַנגערעכנט די טרעפּ. ער האָט צוגעגעבן, אַז קיינער צווינגט נישט דעם עולם צו זײַן צעטיילט לויטן געשלעכטלעכן פּרינציפּ, ווײַל די מחיצה איז אַ לײַכטע און קאָן אויפֿגעשטעלט אָדער אַראָפּגענומען ווערן אין אַ האַלבער שעה. „דאָס איז נישט קיין בערלינער וואַנט, חלילה‟, האָט ער באַרויִקט די קריטיקער.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן, האָט זיך אין ארץ־ישׂראל בכלל, און אין ירושלים בפֿרט, פֿאַרשפּרייט דער פֿענאָמען פֿון אויפֿשטעלן אַ מחיצה אויף יעדן שריט און טריט. מיט עטלעכע יאָר צוריק, וואָלט דער פֿרומער עולם אַפֿילו נישט געטראַכט, אַז מענער און פֿרויען טאָרן נישט פֿאָרן צוזאַמען אין אַ ליפֿט. הײַנט, אָבער, האָבן זיך באַוויזן אַזעלכע מענטשן, ווי כּהן, וואָס באַטראַכטן עס ווי אַן ערנסטע „פּראָבלעם‟.

דער בעל־הבית פֿונעם שׂימחה־פּאַלאַץ האָט בפֿירוש דערקלערט, אַז אויב עמעצער פֿאַרשטייט נישט די מעלה פֿון אַזעלכע המצאות, מוז ער זײַן אַליין אַ „פּראָבלעמאַטישער‟ מענטש. „אויב דאָס געפֿעלט אײַך נישט, זענט איר, מסתּמא, פֿאַרקריפּלט‟. אויב אַ מאַן וויל אָפּהיטן זײַנע אויגן — האָט ער דאָס רעכט דאָס צו טאָן.

מילא. פֿאַרוואָס זאָלן אָבער די פֿרויען נישט האָבן זייער רעכט — נישט באַהאַנדלט צו ווערן ווי אַן אָביעקט פֿון שטענדיקע און אויסמײַדלעכע סעקסועלע תּאַוות פֿון מענער? אַדרבה, אויב מע באַטראַכט אַ פֿרוי ווי אַ קוואַל פֿון אַזאַ געפֿערלעכער גײַסטיקער סכּנה, ווײַל אַ מאַן איז נישט בכּוח צו קוקן אויף איר אַפֿילו איין רגע אָן קיין „שמוציקע‟ מחשבֿות — איז עס דאָך גופֿא אַ פֿאַרקריפּלטער געדאַנקען־גאַנג.