אַ גרופּע יונגע ייִדן פֿון 15 לענדער האָט זיך פֿאַרזאַמלט מאָנטיק, דעם 9טן יוני, אין דער אונגערישער הויפּטשטאָט, אויף דער יערלעכער סעסיע פֿון דער קאָנפֿערענץ מיטן נאָמען „פֿון מיר צו אונדז‟. די דרײַ־טאָגיקע קאָנפֿערענץ, וואָס ווערט שוין דורכגעפֿירט אין בודאַפּעשט צום צענטן מאָל, איז אַ טייל פֿון פֿיל־מיליאָניקער פּראָגראַם, וועלכע שטרעבט צו ווײַזן די ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון פֿאַרשיידענע ערטער, ווי אַזוי מע קאָן קאָמבינירט זייערע ספּעציפֿישע קהילה־צוועקן מיט אַזעלכע אַלמענטשלעכע ענינים, ווי דער קאַמף קעגן עקאָלאָגישע צרות, הונגער און סכּנותדיקע קראַנקייטן אין דער וועלט.
נײַדזשעל סאַוואַדזש, אַ מיטגליד פֿון דער אָרגאַניזאַטאָרין־גרופּע, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט דער אונטערנעמונג, און דער דירעקטאָר פֿון דער ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע „חזון‟, האָט דערקלערט, אַז די בעסטע רעזולטאַטן באַקומען זיך, ווען ספּעציפֿיש ייִדישע און אַלגעמיינע פּראָבלעמען ווערן געלייזט אין דער זעלבער צײַט. די קאָנפֿערענץ פּרוּווט צו געפֿינען אַזעלכע „קאָנטאַקט־פּונקטן‟, וואָס קאָנען צוציִען דעם אינטערעס פֿון יונגע אַקטיוויסטן.
סאַוואַדזש איז געבוירן געוואָרן אין מאַנטשעסטער. „חזון‟ איז אַ נישט־קאָמערציעלע ייִדישע גרופּע, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף עקאָלאָגישע און געזונט־ענינים אין די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט. ווי אַ בײַשפּיל, האָט ער דערמאָנט די מיצווה פֿון שמיטה, וואָס פֿאַרבינדט די ייִדישע תּורה־ווערטן מיט עקאָלאָגיע.
אָדם שטיינבערג, אַ 28־יאָריקער דאָקטער פֿון מעלבורן, וועלכער האָט זיך באַטייליקט אין דער הײַנטיקער בודאַפּעשטער קאָנפֿערענץ, האָט נישט לאַנג צוריק געאַרבעט במשך פֿון עטלעכע חדשים אין פֿיליפּינען, ווי דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון אַ הילף־אָפּעראַציע, אָרגאַניזירט דורכן „דזשוינט‟ לטובֿת די געליטענע פֿונעם טײַפֿון „הײַאַן‟. אַן אַנדער אָנטיילנעמער, אָליווער ליויִס, אַ בריטישער ייִד, האַלט איצט בײַם פֿאַרענדיקן די ערשטע ערנסטע שטודיע פֿון די פּסיכיאַטרישע אַנשטאַלטן אין זאַמביע און אוגאַנדע, וווּ ער אַרבעט ווי דער דירעקטאָר פֿונעם „שטיצע־צענטער פֿאַר פּסיכישע אינוואַלידן‟ — אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע מיט די צענטערס אין בודאַפּעשט און לאָנדאָן, וואָס פֿאַרטיידיקט די רעכטע פֿון פּסיכיש־קראַנקע מענטשן אין אייראָפּע און אַפֿריקע.
דער צוזאַמענפֿאָר אין בודאַפּעשט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס „שׂיח‟ און „מנינים‟, ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם „גלאָבאַלע פֿאַרבינדונג־פּונקטן‟, געשטיצט דורך דער „פֿילאַנטראָפּישער נעץ אויפֿן נאָמען פֿון טשאַרלז און לין שוסטערמאַן‟. זינט דעצעמבער, האָט די דאָזיקע נעץ אָרגאַניזירט אַ סעריע פֿון 11 סעסיעס אויף פֿיר קאָנטינענטן, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט, בסך־הכּל, 500 יונגע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.