זשאַן־מאַרי לע פּען, דער גרינדער פֿון דער רעכט-ראַדיקאַלער פּאַרטיי „פֿראָנט־נאַסיאָנאַל‟ און איר ערן־פּרעזידענט, איז נאָך אַ מאָל פֿאַרקראָכן אין אַ בלאָטע, צוליב אַן אַנטיסעמיטישן אַרויסזאָג, ווי זײַן שטייגער איז.
אין אַ ווידעאָ־אינטערוויו אויפֿן פּאַרטייס וועבזײַטל האָט מען אים געפֿרעגט, וואָס ער האָט צו זאָגן וועגן אַזעלכע קינסטלער, וועלכע האָבן דעקלאַרירט, אַז זיי וועלן נישט מער אויפֿטרעטן אין פֿראַנקרײַך, טאָמער די „פֿראָנט־נאַסיאָנאַל‟ געווינט די אייראָפּעיִשע וואַלן. די זשורנאַליסטקע האָט דערמאָנט דעם ייִדישן זינגער פּאַטריק ברועל ווי אַ בײַשפּיל, און לע פּען האָט אויף דעם געלאַכט און געזאָגט, אַז דאָס קומענדיקע מאָל וועלן זיי (דאָס הייסט, די „פֿראָנט־נאַסיאָנאַל‟) צוגרייטן אַן אויוון. רעדן וועגן אויוונס, ווען עס גייט אין אַ ייִדן, איז, אַוודאי, נישט קיין קלייניקייט, און דאָס שרעקלעכע אָנצוהערעניש האָט באַלד געמאַכט אַ גוואַלדיקן רעש. אַלע געזעלשאַפֿטן וואָס באַקעמפֿן ראַסיזם אָדער אַנטיסעמיטיזם האָבן פּובליקירט אַרויסזאָגן קעגן לע פּענען, און די געזעלשאַפֿט SOS Racisme האָט אויך געזאָגט, אַז זיי וועלן אים אָנקלאָגן אין געריכט.
די „פֿראָנט־נאַסיאָנאַל‟ האָט באַלד אַראָפּגענומען דעם אינטערוויו פֿון זייער וועבזײַטל, און אַפֿילו אַנולירט זשאַן־מאַרי לע פּענס כּסדרדיקע ווידעאָ־רובריק Journal de bord. אַלע הויפּט־פּאָליטיקער פֿון דער פּאַרטיי האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט דער אַנטיסעמיטישער דעקלאַראַציע; אַ טייל האָבן אַפֿילו געזאָגט, אַז עס וואָלט געווען בעסער, אויב דער גרינדער פֿון דער פּאַרטיי וואָלט זיך, סוף־כּל־סוף, צוריקגעצויגן פֿונעם פּאָליטישן לעבן. מאַרין לע פּען, די פּרעזידענטקע פֿון דער פּאַרטיי, וואָס איז זשאַן־מאַריס טאָכטער, האָט געזאָגט, אַז איר טאַטע איז באַגאַנגען אַ פּאָליטישן פֿעלער.
אין אָנהייב האָט זשאַן־מאַרי לע פּען געפּרוּווט טענהן, אַז ער האָט בכלל נישט געוווּסט, אַז פּאַטריק ברועל איז אַ ייִד, נאָר פֿלײַסיקע זשורנאַליסטן האָבן באַלד געפֿונען אַן אַלטן אינטערוויו, וווּ ער רעדט וועגן ברועלן און דערמאָנט אים מיט זײַן אמתן נאָמען, בענגיגי, וואָס איז גאָר אַ באַקאַנטער ספֿרדישער נאָמען. פֿון דעם איז געוואָרן אין גאַנצן קלאָר, אַז ער ווייס גאַנץ גוט, אַז ברועל איז אַ ייִד (און דאָס איז אויך טאַקע זייער באַקאַנט, ווײַל פּאַטריק ברועל האָט אָפֿט גערעדט וועגן זײַן ייִדישקייט).
דערווײַל איז דער רעזולטאַט פֿון דער מעשׂה, דער עיקר, אַ שפּאַלטונג אינעם „פֿראָנט־נאַסיאָנאַל‟ און אין דער לע פּען־משפּחה. דאָס זענען דווקא נישט קיין גוטע נײַעס, ווײַל זינט מאַרין לע פּען האָט איבערגענומען די פֿירונג פֿון דער פּאַרטיי אין 2011, פּרוּווט זי צו בײַטן דעם דעת־הקהל וועגן זיי. זי וויל פֿאַרפֿירן די וויילער צו גלויבן, אַז די פּאַרטיי איז נישט קיין ראַדיקאַלע, און אַז זיי זענען נישט קיין אַנטיסעמיטן. צום באַדויערן, געלינגט עס איר, דאָס קען מען זען אין די רעזולטאַטן פֿון די אייראָפּעיִשע וואַלן. עס זענען דאָ אַפֿילו ייִדן, וואָס שטימען פֿאַר זיי.
די אויסליווערונג קיין בעלגיע פֿון מעהדי נעמוש, דער ראַדיקאַלער איסלאַמיסט, וואָס איז פֿאַרדעכטיקט פֿאַרן אַטענטאַט אינעם ייִדישן מוזיי אין בריסל, איז דערווײַל אָפּגעהאַלטן געוואָרן, ווײַל נעמוש און זײַנע אַדוואָקאַטן פּרוּוון עס צו פֿאַרמײַדן. נעמוש זאָגט, אַז איידער מע ליווערט אים אויס קיין בעלגיע, וויל ער מע זאָל אים פֿאַרזיכערן, אַז מע וועט אים שפּעטער נישט אויסליווערן ערגעץ אַנדערש וווּ. מיט דעם מיינט ער, אַז מע זאָל אים נישט ווײַטער שיקן קיין ישׂראל, ווײַל צוויי פֿון די קרבנות פֿון דער שיסערײַ זענען געווען פֿון ישׂראלדיקן אָפּשטאַם. ווײַזט אויס, אַז נעמוש האָט סײַ־ווי נישט קיין מעגלעכקייט אויסצומײַדן די אויסליווערונג לויטן אייראָפּעיִשן געזעץ, אָבער דערווײַל ציט זיך די יורידישע פּראָצעדור, און אַזוי לאַנג ווי ער בלײַבט דאָ אין פֿראַנקרײַך, קען זײַן מישפּט זיך נישט אָנהייבן.
אין דער „גאַלערי זשאָזעף‟ אין פּאַריז עפֿנט זיך די וואָך אַן אויסשטעלונג פֿון דער קינסטלערין עוואַ בערטוּאַן, וואָס איז אינספּירירט פֿון דער תּורה. די אויסשטעלונג הייסט Be-Bleu Therapy, אַ וואָרטשפּיל, וואָס נעמט אַרײַן די איניציאַלן פֿון בערטוּאַנס נאָמען, דעם ווערב „זײַן‟ אויף ענגליש, דעם בלוי־קאָליר, וואָס האָט שטאַרק אינספּירירט די קינסטלערין, און, אַוודאי, אויך דאָס וואָרט bible, דאָס הייסט, דעם תּנ”ך.
אינעם פּראָיעקט אינטערפּרעטירט די קינסטלערין דעם תּנכישן טעקסט מיט פֿאַרשיידענע פֿאָרמאַטן פֿון ווערק: בילדער, עלעקטראָנישע בילדער, מעבל און סקולפּטורן. זי פּלאַנירט פֿיר ווײַטערע אויסשטעלונגען אויף דער טעמע, דאָס הייסט, אַז בסך־הכּל וועט דער פּראָיעקט האָבן פֿינעף טיילן, אַזוי ווי דער חומש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.