רעאַגירנדיק אויף דער וואַקסנדיקער צאָל אַטאַקן אויף ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט דער זיכערהייט־אָפּטייל פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿעדעראַציעס אָפּגעהאַלטן די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַן ערשטע שפּיצן־קאָנפֿערענץ.
די „נעץ פֿאַר אַ זיכערער קהילה‟, אָדער SCN, האָט פֿאַרזאַמלט מער ווי 80 הויכע באַאַמטע פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג און פֿון דער פּאָליציי, „היימלאַנד־זיכערהייט‟ און כּלל־טוער, כּדי אַרומצורעדן דעם ענין. מיט בלויז אַ וואָך פֿריִער זענען פֿאָרגעקומען מערדערישע אַטאַקן אויף ייִדן אין קאַנזאַס און בריסל.
די פֿאַרזאַמלונג איז געווען אַ טייל פֿון דער צווייטער יערלעכער שפּיצן־קאָנפֿערענץ פֿון דער SCN, אָרגאַניזירט דורך די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע. צווישן די באַטייליקטע זענען אויך געווען אַ צאָל זיכערהייט־עקספּערטן און פֿירער פֿון זיבן אייראָפּעיִשע לענדער.
די באַטייליקטע האָבן אַרומגערעדט און באַשטימט די עפֿעקטיווסטע מיטלען צו פֿאַרהיטן זיך פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג, און די אופֿנים, ווי אַזוי צו פֿאַרשטאַרקן די קאָמוניקאַציע צווישן פֿאַרשידענע זיכערהייט־אַגענטורן, כּדי בעסער צו באַשיצן די ייִדישע קהילות.
„די בלוט־פֿאַרגיסונג און שרעק־מיטלען מצד די עקסטרעמיסטן קאָן מען נישט מעסטן בלויז לויט די פֿיזישע וווּנדן אָדער לויט די הוצאָות פֿונעם היזק,‟ האָט דערקלערט פּאָל גאָלדענבערג, דער לאַנדישער דירעקטאָר פֿון דער „נעץ פֿאַר אַ זיכערער קהילה‟. „טאַקע דערפֿאַר פֿאָדערט די סכּנה פֿון עקסטרעמיסטישע און אידעאָלאָגיש־באַזירטע אַטאַקן אַ ספּעציעלן פּלאַן פֿון די פּאָליציי־ און קאָמונאַלע פֿירער.‟
די יוריספּרודענץ־שול אין ראָטגערס־אוניווערסיטעט — אַ מיט־ספּאָנסאָר פֿון דער קאָנפֿערענץ — האָט געמאָלדן, אַז זי וועט אין גיכן דורכפֿירן אַ שטודיע וועגן די בלוטיקע אַטאַקן קעגן רעליגיעזע גרופּעס און אַנדערע מינאָריטעטן, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי מע קען, צום בעסטן, באַקעמפֿן די דראָונגען מצד די עקסטרעמיסטן און נאַציאָנאַליסטן אין אייראָפּע, דרום־אַמעריקע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.