לויט אַ נײַעם באַריכט, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 12טן יוני, איז במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר ממשותדיק געפֿאַלן די צאָל ישׂראלים, וואָס שטיצן די ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג. די דאָזיקע טענדענץ האָט זיך שוין אָנגעהויהן מיט אַ יאָר פֿריִער.
די רעזולטאַטן זענען באַזונדערס אינטערעסאַנט, ווײַל דער „אַריאל־אוניווערסיטעט‟, וועלכער האָט דורכגעפֿירט די דעמאָגראַפֿישע שטודיע, געפֿינט זיך אַליין אינעם ייִשובֿ אַריאל, אויפֿן מערבֿ־ברעג, און איז אידעאָלאָגיש ענג פֿאַרבונדן מיט די רעכטע ייִשובֿניקעס. זײַענדיק פֿריִער אַ צווײַג פֿון „בר־אילן‟, האָט דער דאָזיקער אַנשטאַלט באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַן אומאָפּהענגיקן אוניווערסיטעט אינעם יאָר 2012, נאָך לאַנגע מחלוקתן צווישן די ייִשובֿניקעס און אַלע אַנדערע באַקאַנטע ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן, וועלכע האָבן מורא געהאַט, אַז דער נײַער אַנשטאַלט קאָן אַרויסרופֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלן בויקאָט פֿון די ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוטן.
אינעם יאָר 2013, איז די צאָל ישׂראלים, וואָס קריטיקירן די ייִשובֿים פֿאַרן צעשעדיקן די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, געשטיגן פֿון 48 ביז 59 פּראָצענט. פֿאַרקערט, האָבן בלויז 34 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיט 42 אינעם פֿאָריקן יאָר, געזאָגט, אַז די ייִשובֿים דינען ווי אַ „זיכערהייט־פּאַס‟ פֿונעם לאַנד. בלויז אַ מינאָריטעט פֿון 46 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך צו 52 אינעם יאָר 2012, איז מסכּים מיטן געדאַנק, אַז די ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג זענען אַן „אַקט פֿונעם אמתן ציוניזם‟.
דער פּראָצענט פֿון די, וואָס האַלטן, אַז די ייִשובֿים מאַכן קאַליע דעם שלום־פּראָצעס, איז געשטיגן פֿון 31 ביז 34. 36 פּראָצענט ישׂראלים — אויף 6 פּראָצענט מער, ווי מיט אַ יאָר פֿריִער — האַלטן, אַז די ייִשובֿים זענען אומלעגאַל.
אַ טייל מיינונגען זענען געבליבן אויף דער זעלבער מדרגה. אַ העלפֿט פֿון די אויסגעפֿרעגטע זענען מסכּים, אַז די בודזשעט־הוצאות אויף די ייִשובֿים שפּיגלעך זיך אָפּ אויפֿן דעפֿיציט אין די ענינים פֿון בילדונג און סאָציאַלער זיכערהייט. 40 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע, אַזוי ווי אינעם יאָר 2012, האָבן געטענהט, אַז אויף די ייִדישע ייִשובֿים ווערט געפּטרט דאָס מלוכישע געלט.
איין פֿראַגע האָט געוויזן אַ שאַרפֿע פּאָלאַריזאַציע פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. 51 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע — אויף 4 פּראָצענט מער, ווי מיט אַ יאָר פֿריִער — האַלטן, אַז ישׂראל מוז זיך צוריקציִען פֿונעם גאַנצן מערבֿ־ברעג אָדער, לכל־הפּחות, פֿאַרלאָזן אַ טייל פֿונעם ראַיאָן. פֿון דער צווייטער זײַט, דער פּראָצענט פֿון די, וואָס שטיצן דעם געדאַנק צו אַנעקסירן די דאָזיקע טעריטאָריע, איז אויך געשטיגן — פֿון 27 ביז 31 פּראָצענט. אַזוי ווי אינעם יאָר 2012, האָבן 12 פּראָצענט ישׂראלים געשטיצט דעם עקזיסטירנדיקן סטאַטוס־קוואָ.
דער יערלעכער אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן במשך פֿון זעקס יאָר, דורך דער באַקאַנטער סטאַטיסטישער פֿירמע „מאגר מוחות‟. בראָש פֿון דער פֿאָרשונג שטייען צוויי פּראָפֿעסאָרן פֿונעם „אַריאל־אוניווערסיטעט‟, אודי לעבעל, דער פֿאָרזיצער פֿונעם סאָציאָלאָגישן און אַנטראָפּאָלאָגישן אָפּטייל, און מרים ביליג, אַ סאָציאַלאָג און די דירעקטאָרין פֿונעם „צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און אַנטוויקלונג פֿון שומרון און ירדן־געגנט‟ בײַם אוניווערסיטעט.
לויט דער צײַטונג „מעריבֿ‟, וועלכע האָט פּרטימדיק באַשריבן די רעזולטאַטן פֿון דער פֿאָרשונג, האָבן די מחברים פֿונעם באַריכט איבערגעגעבן, אַז זינט 2009, ווען מע האָט אָנגעהויבן דעם אויספֿרעג־פּראָיעקט, איז די צאָל שטיצער פֿון די ייִשובֿים געפֿאַלן ביז אַ רעקאָרד־נידעריקן ניוואָ. ס׳זעט אויס, אַז במשך פֿון די לעצטע 6 יאָר זענען די ציפֿערן כּסדר געגאַנגען אַראָפּ.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז דער אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אָנהייב יוני, איידער די דרײַ ישיבֿה־בחורים זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן אויפֿן מערבֿ־ברעג. הײַנט וואָלט געקאָנט, מעגלעך, זיך באַקומען אַן אַנדער חשבון, מיט מער סימפּאַטיע לגבי די ייִשובֿניקעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.