אַ ספּעציעלער ראַט, וואָס באַטראַכט די פֿירערשאַפֿט־סטרוקטור און די סטראַטעגישע צוועקן פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, האָט געעצהט, אַז די אָרגאַניזאַציע זאָל זיך מער פֿאָקוסירן, אַנשטאָט די קאָנפּענסאַציעס פֿאַר די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, אויף בילדונג־פּראָגראַמען וועגן דעם חורבן און אָנדענק־אונטערנעמונגען.
אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל אין שײַכות מיט אַ שווינדלעריש געשעפֿט, וועלכער האָט זיך אָנגעהויבן אינעם יאָר 2009. די שווינדלער האָבן צוגעגנבֿעט 57 מיליאָן דאָלאַר פֿון די קאָמפּענסאַציע־פֿאָנדן; די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ האָט נישט געוווּסט, אַז געוויסע פּאַרשוינען אינמיטן איר סטרוקטור נוצן אויס דאָס געלט אויף פּערזענלעכע צוועקן. נאָכן סקאַנדאַל, האָט מען געשאַפֿן דעם ספּעציעלן ראַט, אָנגעפֿירט דורך נייטראַלע מענטשן, נישט פֿאַרבונדן מיט דער אָרגאַניזאַציע, כּדי זיי זאָלן באַטראַכט איר צוקונפֿט.
דער ראַט האָט אויך רעקאָמענדירט צו שנײַדן אויף אַ האַלב די שׂכירות פֿון די הויפּט־פֿאַרוואַלטער און אַ צאָל אַנדערע אָרגאַניזאַציע־פֿירער. קיין ממשותדיקע ענדערונג פֿון דער אַלגעמיינער פֿירערשאַפֿט־סטרוקטור האָט מען אָבער נישט פֿאָרגעלייגט, נישט געקוקט אויף די טענות פֿון די קריטיקער, וואָס האַלטן, אַז צווישן די פֿירער פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ זענען פֿאַראַן צו ווייניק מענטשן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער שארית־הפּליטה, און צופֿיל זײַטיקע פֿאָרשטייער פֿון געוועזענע גרויסע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן שוין לאַנג פֿאַרלוירן זייער כּוח.
די ייִט״אַ האָט באַקומען די צוויי דאָקומענטן, וווּ עס ווערן דערקלערט די פּלאַנירטע ענדערונגען. דעם 8טן יולי וועט אין ניו־יאָרק פֿאָרקומען דער יערלעכער צוזאַמענטרעף פֿון די אָרגאַניזאַציע־פֿאַרוואַלטער, בעת וועלכן מע וועט אָפּשטימען, צי מע זאָל אָננעמען דעם נײַעם פּלאַן.
די עיקר־פֿראַגע, וואָס דער ראַט האָט באַטראַכט, איז די צוקונפֿטיקע צוועקן פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן קריגן און פֿאַרשפּרייטן די חורבן־קאָמפּענסאַציעס פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך. מיט וואָס זאָל מען זיך ווײַטער פֿאַרנעמען, ווען די לעצטע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וועלן אַוועק אויף יענער וועלט? די עצה־געבער האָבן פֿאָרגעלייגט דרײַ ברירות: אָדער צו פֿאַרמאַכן איגאַנצן די אָרגאַניזאַציע, ווען זי וועט אויסשעפּן איר איצטיקן תּכלית; אָדער אַריבערצופֿירן דעם פֿאָקוס אויף בילדונג־ענינים און הזכּרה־אונטערנעמונגען, וואָס האָבן אַ שײַכות צום חורבן; אָדער צו קאָנצענטרירן אויף אַלגעמיינע ייִדישע בילדונג־פּראָגראַמען, ווי אויך אויפֿן העלפֿן די קרבנות פֿון אַנדערע גענאָציד־טראַגעדיעס, און אויפֿן שטיצן די ייִדישע קולטור אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
גרעג שנײַדער, דער הויפּט־עקזעקוטיווער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ אין אַן אינטערוויו, די „קאָנפֿערענץ‟ פֿאַרנעמט זיך שוין מיט בילדונג־ און הזכּרה־ענינים, און טיילט פֿאַר זיי אויס 18 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר. דאָס געלט קומט פֿונעם פֿאַרקויפֿן די געוועזענע ייִדישע הײַזער אין מיזרח־דײַטשלאַנד, וואָס האָבן נישט קיין יורשים.
די „קאָנפֿערענץ‟ עקזיסטירט אויפֿן חשבון פֿון דער דײַטשישער און עסטרײַכישער רעגירונג, וואָס צאָלן אויס די קאָמפּענסאַציעס פֿאַרן חורבן. אַ טייל פֿונעם געלט קומט אויך פֿון געוויסע קאָרפּאָראַציעס, וואָס זענען געווען פֿאַרמישט אינעם נאַצי־גענאָציד. עס באַקומט זיך, אַז די שטיצע קומט פֿון די, וואָס טראָגן דאָס היסטאָרישע אַחריות פֿאַרן חורבן; ווען אַלע ניצול־געוואָרענע וועלן שטאַרבן און מע וועט אָפּצאָלן דאָס רעשט פֿון די קאָמפּענסאַציעס, וועט די אָרגאַניזאַציע נישט קענען אָנגיין ווײַטער און וועט מוזן בטל ווערן.
הײַנט לעבן אין דער וועלט בערך אַ האַלבער מיליאָן געליטענע פֿונעם נאַצי־חורבן, אַרײַנגערעכנט נישט בלויז די אַסירים פֿון געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, נאָר אויך די, וואָס האָבן געמוזט אַנטלויפֿן, זיך אויסבאַהאַלטן פֿון זיי אָדער גערודפֿט געוואָרן אויף פֿאַרשיידענע דורכן נאַצי־רעזשים. מע איז זיך משער, אַז במשך פֿון די קומענדיקע 20־25 יאָר וועט די „קאָנפֿערענץ‟ נאָך האָבן גענוג וואָס צו טאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.