פּיעסע וועגן באַרימטן ייִדישן רעזשיסאָר, מיכאָעלס

Play About Famous Moscow Yiddish Director, Michoels

Simon Annand/JW3

פֿון ליאַם האָר (Forward)

Published June 24, 2014, issue of July 18, 2014.

דער צווייטער אַקט פֿון דוד שנײַדערס נײַער פּיעסע, Making Stalin Laugh (בעת מע רופֿט אַרויס געלעכטער בײַ סטאַלינען) קומט פֿאָר אין יאָר 1935 — דאָס יאָר, וואָס דער מאָסקווער מלוכישער ייִדישער טעאַטער האָט באַשלאָסן אויפֿצופֿירן „קעניג ליר‟, מיט זײַן לעגענדאַרן רעזשיסאָר, שלמה מיכאָעלס, אין דער הויפּט־ראָלע.

בעת די פּאַרטיי־אַפּאַראַטשיקעס האַלטן אַן אויג אויף אים, דערקלערט מיכאָעלס זײַנע אַקטיאָרן, אַז די פּיעסע איז „אַ טראַגעדיע וועגן דער פּאַמעלעכער צעשטערונג פֿון אילוזיעס. אילוזיעס ווערן נישט צעשמעטערט איבערנאַכט; זיי שטאַרבן אָפּ צו־ביסלעך,‟ זאָגט מיכאָעלס.

די טראַגיע־קאָמעדיע Making Stalin Laugh איז דעם חודש געשפּילט געוואָרן אינעם לאָנדאָנער ייִדישן קהילה־צענטער, JW3. זי שילדערט אָט די צעברעקלונג פֿון אילוזיעס: מיכאָעלס׳ גלויבן, אַז די ייִדישע קולטור קאָן עקזיסטירן אין אַ מלוכה, וואָס באַטראַכט ייִדיש און די ייִדישע אמונה ווי אַלט־פֿרענקיש, און ווי אַ שטרויכלונג פֿון דער רעוואָלוציע און דעם פּראָגרעס.

די פּיעסע דערציילט וועגן דעם גורל פֿונעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער, אָנהייבנדיק פֿון דער אויפֿפֿירונג פֿון „מסעות בנימין השלישי‟ אין 1927 ביזן מאָרד פֿון מיכאָעלסן אין מינסק אין 1948, ווי אויך דאָס שליסן דעם טעאַטער אין 1949, און די „נאַכט פֿון די דערמאָרדערטע פּאָעטן‟ דעם 12טן אויגוסט 1952.

„בעתן פֿאָרשן פֿאַר מײַן דאָקטאָראַט אין אָקספֿאָרד, האָב איך זיך אָפֿט אָנגעשטויסן אין דער אויסערגעוויינטלעכער טרופּע, וואָס האָט געהאַט אַזאַ השפּעה, און האָט אַרויסגערופֿן דרך־ארץ בײַ דער טעאַטער־וועלט אין אַלגעמיין,‟ האָט שנײַדער דערקלערט. „די טרופּע האָט זיך באַמיט אויפֿצופֿירן פּיעסעס אין די שווערסטע באַדינגונגען.‟

„שטעלט זיך פֿאָר, אַז אַ שלעכטע רעצענזיע אין דער ׳ניו־יאָרק טײַמס׳ וואָלט געקאָנט גורם זײַן יאָרן אין תּפֿיסה אָדער אַפֿילו טויט,‟ האָט ער געזאָגט. „אָבער וואָס מער איך האָב געלייענט וועגן די אַקטיאָרן, אַלץ קלאָרער איז מיר געוואָרן, אַז דאָס זענען געוויינטלעכע מענטשן — מיט די זעלבע אַמפּערנישן, קינאה־שׂינאה, לינקע ליבעס און לצנות, ווי בײַ אַנדערע. דאָס איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן: די פּשוטע טאָג־טעגלעכקייט און הומאָר, וואָס האָט זיך אַרויסגעוויזן אין די שווערסטע צײַטן. האָב איך געפּרוּווט אָנשרײַבן אַ פּיעסע, וואָס איז סײַ קאָמיש, סײַ רירנדיק.‟

בײַם אָנהייב ראַנגלט זיך די טרופּע מיט דער קשיא, צי מע זאָל יאָ, צי נישט אַנטלויפֿן אין דער מערבֿ־וועלט בעת זייער טור אין בערלין. אָבער צום סוף, האָט מיכאָעלס (מײַסטעריש געשפּילט פֿון דאַרעל ד׳סילוואַ), זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם פּלאַן. ס׳רעשט פֿון דער פּיעסע ראַנגלט זיך מיט אַ צווייטער קשיא: וואָס קאָן מען אויפֿטאָן לויט די שטרענגע תּקנות פֿון דער מלוכה אין די ראַמען פֿון קונסט? און ווי אַזוי קאָן מען אויסדריקן עטנישע אָדער נאַציאָנאַלע, רעליגיעזע געפֿילן?

נאָך 1934, ווען די סאָוועטן האָבן אָפֿיציעל באַצייכנט די ייִדן ווי אַ נאַציאָנאַליטעט, און די סאָוועטישע קולטור האָט דערלויבט „אַ נאַציאָנאַלן בגד מיט אַ סאָציאַליסטישן אינהאַלט‟, האָט מיכאָעלס דערפֿון פֿאַרשטאַנען, אַז ער מעג שילדערן ייִדישע מעשׂיות וועגן ארץ־ישׂראל, און האָט אויפֿגעפֿירט „בר־כּוכבא‟. די צענזור האָט געדראָט צו שליסן די פּיעסע גלײַך בײַ דער פּרעמיערע.

„ס׳איז אַ הפֿקר — די גאַנצע וועלט איז נישט מער ווי אַ געשלעג אין אַ שענק,‟ באַקלאָגט זיך מיכאָעלס. „דאָס בעסטע וואָס מע קען טאָן איז שטיין אויף אַן אָרט און האָפֿן, אַז מע וועט נישט פֿאַרוווּנדיקט ווערן.‟

בײַם פּרוּוון אויפֿצוכאַפּן די גאַנצע געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאָטער, האָט שנײַדערס פּיעסע געגעבן געוויסע העלדן אַ סך אויפֿמערק, אָבער אַנדערע פֿאַרנאַכלעסיקט. די ראָלע פֿון עדאַ — די פֿרוי וואָס סײַ מיכאָעלס, סײַ דער אַקטיאָר בנימין זוסקין האָבן ליב געהאַט — איז זייער שוואַך אַנטפּלעקט געוואָרן, בעת זײַן טאָכטער, נינאַ, געשפּילט פֿון סענדי מאַק׳דייד, ווערט געשילדערט ווי אַ פֿאַרכאַפּנדיקע פּערזענלעכקייט.

די פּיעסע איז אָבער אַ געראָטענע: נישט דידאַקטיש, נאָר פֿאַרקערט — סײַ וואַרעם, סײַ ערנסט, מיט אַ זיכערן טריט, סײַ וואָס שייך דער טעמע, סײַ וואָס שייך דעם ציל.