אין אַפּריל זענען ניפֿטר געוואָרן צוויי העלדן פֿון דער באַוועגונג צו באַפֿרײַען די סאָוועטישע ייִדן: יעקבֿ בירנבוים, וועלכער האָט אָרגאַניזירט די ערשטע מאַסן־דעמאָנסטראַציע לטובֿת די סאָוועטישע ייִדן מיט 50 יאָר צוריק, און יולי קאָשאַראָווסקי — איינער פֿון די פֿירער פֿון די רעפֿיוזניקעס אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
לייענענדיק ביידע נעקראָלאָגן, האָב איך דערפֿילט, אַז יענע תּקופֿה איז הײַנט בלויז אַ קאַפּיטל געשיכטע, כאָטש עד־היום פֿאַרשטייען מיר באמת נישט פֿאַר וואָס עס איז אונדז געווען וויכטיק. און ווען איך זאָג „מיר‟ און „אונדז‟, מיין איך — די רוסישע ייִדן.
דער קאַמף צו צווינגען די סאָוועטישע רעגירונג צו לאָזן די סאָוועטישע ייִדן עמיגרירן, האָט פֿאַראייניקט די ייִדן איבער דער וועלט. בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן איז די באַוועגונג געווען אַ גרויסע הצלחה, אָנהייבנדיק מיט דער לאָזונג „לאָזט מײַן פֿאָלק אַרויס!‟ — און ענדיקנדיק מיט „מיר האָבן אײַך געראַטעוועט‟.
אַ סך רוסישע ייִדן פֿילן אָבער, אַז די אַמעריקאַנער באַציִען זיך צו זיי „פֿון אויבן אַראָפּ‟, ווען עס רעדט זיך וועגן יענער באַוועגונג. די אימיגראַציע אַליין רופֿט אַרויס אַ קנאַפּן אינטערעס בײַ די אַמעריקאַנער. נאָך אַלעמען האָבן אָן אַ שיעור פּשוטע רוסישע ייִדן דורכגעמאַכט אמתע שוועריקייטן און טראַוומעס. דערפֿאַר זענען זיי ביזן הײַנטיקן טאָג גלײַכגילטיק צו יענעם קאַפּיטל געשיכטע.
אַ בײַשפּיל דערפֿון האָט מען געזען די לעצטע צוויי יאָר אויף דער יערלעכער „לימוד־קאָנפֿערענץ‟ פֿאַר ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאָרבאַנד, אין ניו־דזשערזי. מער ווי 800 רוסיש־רעדנדיקע ייִדן זענען געקומען הײַיאָר, און מע האָט קוים דערמאָנט, אַז ס׳איז 50 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער באַוועגונג צו באַפֿרײַען די סאָוועטישע ייִדן. אויף דער פֿאַראַיאָריקער „לימוד־קאָנפֿערענץ‟, ווען יולי קאָשאַראָווסקי האָט דערציילט וועגן זײַנע 18 יאָר ווי אַ רעפֿיוזניק, איז דער עולם באַשטאַנען פֿון בלויז פֿינף מענטשן.
שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז די באַוועגונג צו באַפֿרײַען די סאָוועטישע ייִדן אַ קאַפּיטל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע, צי פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע?
דער שפּאַלט צווישן די צפֿון־אַמעריקאַנער און רוסישע ייִדן שטאַמט נאָך פֿון די ערשטע אימיגראַנטן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ביזן הײַנטיקן טאָג שטעל איך זיך עטלעכע פֿראַגעס: האָבן מיר טאַקע אויסגעדריקט אַ לײַטישן דאַנק אונדזערע גאַסטגעבער אין אַמעריקע? זענען מיר געווען גענוג ייִדישלעך פֿאַר זיי? די איינציקע מענטשן וואָס קענען אונדז הײַנט דערציילן וועגן יענער תּקופֿה, זענען שוין אין די עלטערע יאָרן. ס׳איז מעגלעך, אַז אַ סך רוסישע ייִדן, יונג און אַלט, וועלן זיך קיין מאָל נישט דערוויסן וועגן דער געשיכטע פֿון דער באַוועגונג צו באַפֿרײַען די סאָוועטישע ייִדן.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געזען דעם דאָקומענטאַר, „רעפֿיוזניק‟, אין איינעם מיט אַ גרופּע רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, וועלכע האָבן אימיגרירט אין די 1970ער. קיינער פֿון זיי האָט נישט געוווּסט וועגן דעם גרויסן מאַרש אין וואַשינגטאָן אין 1987, וואָס האָט געפֿאָדערט צו באַפֿרײַען די סאָוועטישע ייִדן. זיי האָבן געפּרוּווט זיך דערמאָנען, וואָס האָבן זיי געטאָן אין יענעם דעצעמבער 1987, און געענטפֿערט, אַז זיי זענען געווען פֿאַרנומען מיט דערציִען קינדער, מיט זייערע שטעלעס, מיטן באַצאָלן די היפּאָטעק — בקיצור, מיטן בויען אַ נײַ לעבן אין אַ פֿרעמד לאַנד.
אַ טייל רוסישע ייִדן האָבן לעצטנס אָנגעהויבן צוריקקוקן צו די יאָרן פֿון אונדזער אימיגראַציע און קלערן וועגן אונדזער אידענטיטעט אין אַמעריקע. עס וואַקסט די צאָל ווערק פֿון ליטעראַטור, טעאַטער און קונסט, געשאַפֿן פֿונעם צווייטן דור פֿון יענער אימיגראַציע. די באַוועגונג צו באַפֿרײַען די סאָוועטישע ייִדן איז אָבער נאָך אַלץ נישט קיין טייל פֿון יענעם קאַפּיטל. יענע באַוועגונג איז פֿאַר און וועגן די אַמעריקאַנער ייִדן — אַן אופֿן צו שטאָלצירן מיט זייערע „גוטע מעשׂים‟ — און האָט ווייניק צו טאָן מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן, וואָס די אימיגראַנטן האָבן מיטגעמאַכט נאָכן פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
לאָמיר דעריבער אויפֿהערן צו רעדן בלויז וועגן די אַקטיוויסטן און די רעפֿיוזניקעס. לאָמיר גיכער רעדן וועגן די אָן אַ שיעור רוסישע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס האָבן געמאַכט דעם מוטיקן שריט איבערן אַטלאַנטישן אָקעאַן און געהאָרעוועט צענדליקער יאָרן לאַנג אויפֿצובויען אַ פֿיל־פֿאַרביקע רוסיש־רעדנדיקע קהילה דאָ אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.