אַז עס איז באַשערט נחת, קומט עס גלײַך אין שטוב אַרײַן. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס איך האָב אויפֿגעהאָדעוועט אַ דור סטודענטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט וואָס זײַנען נישט נאָר אַרײַנגעטאָן אין ייִדיש, נאָר אין ייִדישע ענינים בכלל.
דאָס מאָל וועל איך עפֿענען אַ קאַפּיטל, אבֿיבֿהלע סופֿיאַן. זי איז געווען מײַן סטודענטקע מיט אַ קימא־לן פֿון אַ צוואַנציק יאָר צוריק, טאַקע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. די צוציִונגס־קראַפֿט איז געקומען ספּאָנטאַן, אויף אַזוי פֿיל אַז מיט אַ חודש צוויי צוריק, אויפֿן וועג קיין וואַשינגטאָן, וווּ זי האַלט אָן אַ וויכטיקע שטעלע, האָט זי מיר געקלונגען:
„איך בין דאָ! און וועל באַלד אַריבערקומען.‟
איך האָב זיך נישט געקענט גלייבן אַז עס גליט נאָך אין איר יענע ליבשאַפֿט צו מיר, ביז איך האָב זי דערזען. זי איז אויסגעוואַקסן אַ שאָנקייט פֿון אַ מיידל, מיט אַ פּאָר גרוי־בלויע אויגענעס און אַ שמייכל וואָס קען צעטאָפּיען אַ פּאָלק סאָלדאַטן. פֿרעג איך זי:
„וואָס טוסטו אין וואַשינגטאָן?‟ לאָזט זי מיר וויסן, אַז זי איז אויסגעקליבן געוואָרן צום ערשטן מאָל אויף אַ פּאָסטן וואָס האָט אינגאַנצן נישט עקזיסטירט ביז אַהער. זי איז אַ ספּעציעלע דעלעגאַטקע פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע צו קומען צו הילף די געראַטעוועטע פֿונעם חורבן. זי דערציילט מיר, אַז דאָס איז דער לעצטער דור פֿון ניצול־געוואָרענע וואָס געפֿינט זיך הײַנט אויף שווערע באַדינגונגען, סײַ מאַטעריעל, סײַ מיטן געזונט־צושטאַנד, סײַ מיט בלײַבן אַליין אויף די עטערע יאָרן.
די צאָל פֿון די איינזאַמע און הילפֿלאָזע איז אַרום הונדערט און דרײַסיק טויזנט נפֿשות וואָס נויטיקן זיך אין באַלדיקער הילף. ווי עס זעט אויס האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ לעצטנס פֿאָרגעשלאָגן אַן אַלגעמיינעם בודזשעט אין קאָנגרעס, אַרײַנגערעכנט פֿינף מיליאָן דאָלער וואָס זאָל אויך דעקן די הוצאות פֿאַר די נויט־באַדערפֿטיקע געראַטעוועטע פֿון חורבן.
לויט ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, קומט צו הילף דער פֿילאַנטראָפּ מאַרק ווילף, וועלכער איז דער הויפּט פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע, אַרײַנגערעכנט אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אבֿיבֿהלע באַקלאָגט זיך:
„עס קומט מיר אָן זייער שווער צוצוקוקן זיך צום מעמד און די לײדן פֿון דעם עלטערן דור געראַטעוועטע. נישט גענוג וואָס זיי האָבן זיך אָנגעליטן שבֿעת מדורי גיהנום, שטייען זיי אויס גוואַלדיקע צרות פֿון לעבן אין דחקות. מײַן האַרץ צעגייט אַזש, איך לײַד דערפֿון, און אַ סך מאָל האָב איך שלאָפֿלאָזע נעכט.‟
„וווּ געפֿינען זיי זיך, די נויטבאַדערפֿטיקע?‟ וויל איך וויסן.
„איבערן גאַנצן לאַנד,‟ זאָגט מיר אבֿיבֿהלע. „איך קום ערשט פֿון טעקסאַס, אָבער ס’איז נישט אַנדערש אין לאָס־אַנדזשעלעס, ניו־יאָרק צי פֿלאָרידע. ס’איז אַלץ איינס, די עלטערע ייִדן זײַנען צעזײַט און צעשפּרייט איבער גאַנץ אַמעריקע און וווינען אין די שווערסטע באַדינגונגען. וואַשינגטאָן האָט פֿאַר מיר געדונגען אַן אויטאָ און מיך געלאָזט אַרומפֿאָרן איבערן לאַנד זיי אויסזוכן.‟
איך פֿרעג, צי זי געדענקט נאָך איר ייִדיש וואָס זי האָט געלערנט בײַ מיר אין די קלאַסן, און צי דאָס קומט איר צו נוץ אין איר אַרבעט. זאָגט זי מיר, אַז ייִדיש איז פֿאַר איר אַ שליסל, ווי נאָר זי באַגריסט זיך מיט די געליטענע אויף ייִדיש, אַזוי פֿאַרלירן זיי די מורא פֿאַר אַן אָנגעשטעלטן פֿון וואַשינגטאָן און האָבן צוטרוי צו איר. אַ סך פֿון די רוסישע ייִדן רעדן בלויז רוסיש און ס’קומט איר אָן שווער צו פֿאַרשטענדיקן זיך מיט זיי.
מיר נעמען זיך ביידע אַרום מיט גרויס ליבשאַפֿט. איך ווער צעשמאָלצן פֿאַר נחת. נאָך אַלעמען, אויפֿגעצויגן אַ ייִדישע טאָכטער מיט אַזאַ וואַרעם געפֿיל צו אַלעם וואָס אָטעמט מיט ייִדישן גײַסט.
איך קום צוריק קיין ניו־יאָרק און ס’וואַרט שוין אויף מיר די צײַטונג „צוזאַמען‟ (Together) מיט אבֿיבֿהלעס פּרעכטיק שיין בילד. איך דערמאָן זיך אַז די צײַטונג האָט אַמאָל געפֿירט בנימין מיד. הײַנט זע איך נײַע בעלי־בתים, מיטן פּרעזידענט סעם אי. בלאָך און וויצע־פּרעזידענט מנחם ז. ראָזנזאַפֿט. וועגן דער ראָזנזאַפֿט־משפּחה דאַרף געשריבן ווערן „אַ באַזונדער קאַפּיטל‟.
די גאַנצע צײַטונג אָדער זשורנאַל וואָס דערשײַנט יערלעך אָדער מאָנאַטלעך איז געווידמעט די חורבן־געראַטעוועטע. מיט דעם טוט מען ממשיך זײַן דעם זכר פֿון די קדושים.
צו ביסלעך, צו ביסלעך גייט אַוועק דער דור פֿון די געראַטעוועטע אין דער אייביקייט, און ס’וועט באַלד נישט בלײַבן קיין זכר פֿון זיי. מיט דער צײַט וועט מען פֿאַרגעסן פֿון זיי, און אַ נײַער דור אַנטיסעמיטן וועט קענען פֿראַנק־און־פֿרײַ לייקענען שטיין־און־ביין, אַז דער חורבן איז נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, ס’איז נישט מער ווי אַ מעשׂה, וואָס די ייִדן האָבן אויסגעזויגן פֿון פֿינגער.
די שׂינאת־ישראל בליט נישט נאָר אין אייראָפּע נאָר כּמעט איבער דער גאַנצער וועלט. זעט אויס, אַז די נײַע פֿאַרגיפֿטעטע דורות מיטן ייִדן־האַס, נייטיקן זיך אין אַ שׂעיר לעזאָזל, אין אויסלאָזן זייער קאָכעדיקע לאַווע פֿון ייִדן־האַס אויפֿן פֿאָלק, וואָס שטייט זיי אין וועג פֿון דערגרייכן די שבֿעת מדורי גיהנום.
די סיבה איז אַ פּשוטע. מיר ייִדן זײַנען אַן אויסערגעוויינטלעך פֿאָלק, מיט דעם קעכל איך און פּאַשע מײַנע סטודענטן. נישט אַנדערש ווי מיר ייִדן פֿאַרמאָגן אַ זעלטענעם טאַלאַנט פֿון איבערלעבן, פֿון איבערקומען, פֿון איבערניצעווען זיך. נישט געווען, נישטאָ און ס’וועט נישט זײַן אַזאַ פֿאָלק ווי מיר זײַנען. מיט אַלע אונדזערע מעלות און חסרונות לייגן מיר אײַן וועלטן ווען עס קומט צו יעדן אויפֿטו, „נאָבעל‟־פּרעמירטע שרײַבער, מעדיצין־פֿאָרשער, געשליפֿענע מוחות, אײַנרײַסער פֿון אַלערליי מאַניפֿאַקטור־געשעפֿטן, קונסט, פֿילם־אינדוסטריע, איך קען אַזוי אָפּזיצן טעג און צוטראַכטן ווי מיר ייִדן זײַנען אַ פֿאָלק פֿון אַ חוץ־לדרכדיקער טבֿע. דער בעסטער באַווײַז זיצט דאָ אַנטקעגן מיר, מײַן אבֿיבֿהלע סופֿיאַן, מיט איר וואַרעמען שמייכל, גוטסקייט אין די אויגן און ליבשאַפֿט אין האַרצן. ווער דאַרף מער?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.