„פֿאַר וואָס האָסטו צעשטערט אַ שיינע ייִדישע חתונה?‟ — האָב איך געפֿרעגט דיימיאַן שיפֿראָן, דער 38־יאָריקער רעזשיסאָר פֿונעם אַרגענטינער פֿילם Relatos Salvajes (ווילדע מעשׂיות), וואָס מע האָט הײַיאָר געוויזן אויפֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין קאַן.
שיפֿראָן איז מסתּמא געווען איבערראַשט פֿון דער פֿראַגע, ווײַל ס׳רובֿ צוקוקער ווייסן נישט, אַז צוויי פֿון די מעלאָדיעס, וואָס די מוזיקער שפּילן אויף דער חתונה, זענען „הבֿינו שלום עליכם‟ און דער אַמאָליקער געווינער פֿונעם „אייראָוויזיאָן‟־פֿאַרמעסט — „הללויה‟.
„פֿאַר וואָס? מסתּמא, ווײַל איך בין אַ מבֿין אויף ייִדישע חתונות,‟ — האָט שיפֿראָן געענטפֿערט. „כ׳בלײַב תּמיד געפּלעפֿט ווען איך זע די צעווילדעוועטע ענערגיע דאָרט — ממש ווי אַ הפֿקר! האָב איך געקלערט, אַז דאָס וואָלט געווען אַ גוטע סצענע, בעת וועלכער ס׳ווערט דערציילט די מעשׂה.‟
דער פֿילם באַשטייט פֿון זעקס וויניעטן וועגן פּשוטע מענטשן, וואָס אַ געוויסע אַנטדעקונג אָדער געשעעניש רופֿט אַרויס אַזאַ כּעס בײַ זיי, אַז ס׳ווערט דערפֿון ממש אַן איבערקערעניש. אינעם לעצטן קאַפּיטל דערוויסט זיך אַ כּלה — טאַקע אויף איר חתונה — אַז איר חתן איז לעצטנס געשלאָפֿן מיט אַ פֿרוי, וואָס געפֿינט זיך צווישן די געסט. די אַנטדעקונג ברענגט זי אַרויס פֿון די כּלים, און זי רײַסט אונטער די גאַנצע שׂימחה.
„אין בוענאָס־אײַרעס גיט מען אויס זייער אַ סך געלט אויף אַ ייִדישער חתונה, אַפֿילו בײַ די נישט־רײַכע משפּחות, און דאָס מאַכט די סצענע נאָך מער דראַמאַטיש,‟ האָט שיפֿראָן דערקלערט.
שיפֿראָן, וואָס זײַנע באָבע־זיידע זענען פּוילישע ייִדן, איז דערצויגן געוואָרן אין אַ סעקולערער משפּחה. ער איז דער רעזשיסאָר פֿון זייער אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, „די סימולאַנטן‟, וועגן אַ גרופּע שווינדלער, וועלכע פֿאַרדינען דורכן לייזן די פּראָבלעמען פֿון פּשוטע מענטשן. „ווילדע חיות‟, וואָס שיפֿראָן האָט פּראָדוצירט צוזאַמען מיטן באַרימטן רעזשיסאָר, פּעדראָ אַלמאָדאָוואַר, וועט איצט מסתּמא באַקאַנט מאַכן שיפֿראָנס נאָמען מחוץ אַרגענטינע.
די ערשטע מעשׂה אינעם פֿילם ברענגט שוין אַרײַן אַ סוררעאַליסטישע שטימונג: פֿאָרנדיק אין אַן עראָפּלאַן, דערוויסן זיך אַלע פּאַסאַזשירן, צו־ביסלעך, אַז אַ געוויסער מענטש מיטן נאָמען גבֿריאל פּאַסטערנאַק (וועלכער איז נישט אויפֿן עראָפּלאַן) איז אַ נאָענט־באַקאַנטער צו יעדן איינעם פֿון זיי. דער שאָקירנדיקער סוף פֿון דער מעשׂה איז אַ גאָלדענער בײַשפּיל פֿון שוואַרצן הומאָר.
די זעקס מעשׂיות קאָן מען אויך אויסטײַטשן ווי סאַטירישע שילדערונגען פֿון דער אַרגענטינער געזעלשאַפֿט. בלוט־פֿאַרגיסונג און קאָרופּציע זענען אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג. אַ קעלנערין, למשל, געפֿינט זיך פּלוצלינג אַליין אינעם רעסטאָראַן מיטן זעלבן פֿאַרברעכער, וועלכער האָט אַ מאָל גורם געווען דעם זעלבסטמאָרד פֿון איר טאַטן; אַן אינזשענירס אויטאָ ווערט על־פּי־טעות קאָנפֿיסיקירט פֿונעם אויטאָ־אַמט, און דער שלימזל נעמט זיך אונטער אַ ריזיקן נקמה־אַקט קעגן דעם אַמט.
שיפֿראָן האָט דערקלערט, אַז ער איז טיף באַווירקט געוואָרן פֿון סטיווען שפּילבערגס פֿילמען, בפֿרט Indiana Jones און Jaws, ווי אויך אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿון די 1980ער יאָרן — Amazing Stories. די זעלבע עלעמענטן פֿון אַוואַנטורע און איראָניע, וואָס מע זעט אין יענע ווערק, קען מען הײַנט זען אין שיפֿראָנס פֿילמען.
זײַן באַשלוס צו שאַפֿן זעקס וויניעטן אין איין פֿילם איז געווען אַ נאַטירלעכער, נאָך דעם ווי ער האָט געלאָזט זײַן פֿאַנטאַזיע זיך צעפֿליִען. „כ׳האָב אָנגעשריבן איין מעשׂה, און דערנאָך אַ צווייטע — און איידער וואָס און איידער ווען, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז ס׳איז געוואָרן דערפֿון אַ גאַנצער פֿילם,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.