אויסטראַלישע ייִדישע יוגנט-גרופּעס גרייטן זיך צו ווינטער-לאַגערן פֿאַר תּלמידים און תּלמידות אין עלטער פֿון אַכט ביז אַכצן יאָר. זיי פֿאָרן אַרויס פֿון די גרויסע שטעט אויף דער נאַטור אויף עטלעכע טעג; און דאָס גיט די אָנפֿירער פֿון די יוגנט-גרופּעס אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען מיט זייערע מיטגלידער אויף אַ מער אומפֿאָרמעלן אופֿן ווי אויף די וועכנטלעכע צוזאַמענטרעפֿן, וועלכע קומען פֿאָר אין די גרעסערע שטעט פֿון אויסטראַליע, וווּ עס זײַנען פֿאַראַן גרעסערע ייִדישע באַפֿעלקערונגען.
די ווינטער- לאַגערן זײַנען וויכטיק, ווײַל די זומער-לאַגערן אין אויסטראַליע זײַנען פֿיל קירצער, ווי די זיבן וואָכיקע זומער-לאַגערן אין אַמעריקע. די יוגנט-גרופּע „סקיף‟, די איינציקע יוגנט-גרופּע אין אויסטראַליע, וואָס באַנוצט זיך מיטן ייִדישן וואָקאַבולאַר, סײַ אין שטאָט, סײַ אין די לאַגערן, באַנוצט זיך דווקא מיטן וואָרט „לאַגער‟, און נישט מיטן וואָרט „קעמפּ‟, וואָס איז גענוצט געוואָרן אויף ייִדיש-רעדנדיקע זומער-לאַגערן אין אַמעריקע נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה.
דער ייִדישער קהילה-ראַט פֿון וויקטאָריע, די אַנטי-דעפֿאַמאַציע-קאָמיסיע פֿון „בני־ברית‟ און דער „ראַט פֿון אויסטראַליע/ישׂראלדיקע ייִדישע ענינים‟ האָבן אויסגעדריקט סאָלידאַריטעט מיט דער מוסולמענישער גרופּע אין בענדיגאָ, וואָס פּרוּווט בויען אַ מעטשעט אין יענער שטאָט. דער מאַגיסטראַט פֿון בענדיגאָ האָט גוטגעהייסן דעם בוי-פּלאַן, נישט געקוקט אויף די פּרוּוון פֿון גרופּעס, וועלכע ווילן נישט, אַז אויסטראַליע זאָל אַרײַנלאָזן נײַע אימיגראַנטן אין לאַנד צו אַנטוויקלען אומטאָלעראַנטע מיינונגען אין בענדיגאָ און געגנט. דערווײַל האָט די אַנטי-מעטשעט־„פֿייסבוק‟ זײַט דערוואָרבן העכער אַכט טויזנט גוטהייסונגען. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן באַטאָנט, אַז די ייִדן, וועלכע האָבן אַזוי אָפֿט געליטן פֿון אומטאָלעראַנץ, מוזן העלפֿן די אַנדערע עטנישע און רעליגיעזע גרופּירונגען אין לאַנד, וועלכע לײַדן פֿון אומטאָלעראַנץ און דיסקרימינאַציע. פּעטיציע צו באַפֿרײַען די דרײַ ישׂראלדיקע יוגנטלעכע
די ייִדישע פֿעדעראַלע מלוכה־לײַט האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ פּעטיציע אינעם פֿעדעראַלן פּאַרלאַמענט, וואָס פֿאָדערט, אַז די דרײַ ישׂראלדיקע יוגנטלעכע, וועלכע זײַנען געקידנעפּט געוואָרן אויפֿן מערבֿ־ברעג זאָלן אומגעקערט ווערן צו זייערע משפּחות. דער טעקסט פֿאָדערט, אַז די אויסטראַלישע רעגירונג זאָל פֿאָדערן בײַ דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ מיטצואַרבעטן מיט מדינת־ישׂראל, כּדי די יוגנטלעכע זאָלן באַפֿרײַט ווערן. ער פֿאָדערט אויך, אַז דער אויסטראַלישער פּאַרלאַמענט און די אויסטראַלישע רעגירונג זאָלן טאַדלען דעם קידנעפּ און, אַז די אָרגאַניזאַציעס, וועלכע באַקומען געלט דורך אויסטראַלישע שטײַערן, אַזוי ווי דער „רויטער קרייץ‟, זאָלן באַווירקן „כאַמאַס‟, אַז די בחורים זאָלן אומגעקערט ווערן. דער „רויטער קרייץ‟ און אַ טייל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס האָבן שוין געטאַדלט דעם קידנעפּ. די פּעטיציע ווערט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אויסטראַליע.
לויט די רעזולטאַטן פֿון די „נעפּלען־טעסטן‟, וועלכע אַלע אויסטראַלישע תּלמידים און תּלמידות מוזן דורכמאַכן אין די דריטע, פֿינפֿטע, זיבעטע און נײַנטע שול-יאָרן איבערן גאַנצן לאַנד, זײַנען פֿיר מעלבורנער ייִדישע טאָגשולן צווישן די בעסטע פֿופֿציק פֿאָלקשולן און מיטלשולן אין לאַנד. די טעסטן פֿאָרשן אויס קענטענישן פֿון לייענען און שרײַבן ענגליש — אויסלייג, גראַמאַטיק, פּונקטואַציע, און מאַטעמאַטיק.
די „דוד המלך‟־שול האָט געהאַט די 19 העכסטע צייכנס אין לאַנד; ישיבֿה-בית רבֿקה ליידיס‟ קאָלעדזש האָט געהאַט די 21 בעסטע צייכנס אין לאַנד; „ביאַליק־קאָלעדזש‟ האָט געהאַט די 35 בעסטע צייכנס, און דער „הר־הצופֿים‟ קאָלעדזש האָט געהאַט די 47 בעסטע צייכנס אין לאַנד. דער „ליבלער-יבֿנה‟ קאָלעדזש האָט געהאַט העכער ווי דורכשניטלעכע צייכנס אין אַלע לימודים אויף די טעסטן. דער דורכשניט בײַ די תּלמידים און תּלמידות פֿון דער „עדות-ישׂראל‟ שול איז געווען נאָענט צום דורכשניט פֿאַר וויקטאָריע און העכער ווי דער דורכשניט פֿאַר גראַמאַטיק און פּונקטואַציע. פֿאָרשטייער פֿון די טאָגשולן האָבן באַטאָנט, אַז די צייכנס זאָגן נישט אויס אַלץ וואָס עלטערן ווילן און דאַרפֿן וויסן וועגן אַ דערציִערישער אינסטיטוציע.
די לאָקאַלע ראַבינערין שושנה קאַמינסקי איז אַרעסטירט געוואָרן, צוזאַמען מיט אַכט קריסטן פֿאַר אָנטיילנעמען אין אַ זיץ-שטרײַק אינעם ביוראָ פֿון אַ פֿעדעראַלן מלוכה־מאַן אין עדעלייד.
דער פּראָטעסט איז פֿאָרגעקומען, ווײַל אַ צענטער פֿאַר אימיגראַנטן אָן וויזעס איז אַ טייל פֿונעם שטח, וואָס דער מלוכה־מאַן, דזשיימי בריגס, שטעלט פֿאָר אינעם פֿעדעראַלן פּאַרלאַמענט. די גרופּע האָט שוין אָנטיילגענומען אין פֿיר אַזעלכע פּראָטעסטן איידער ראַבײַ קאַמינסקי איז אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין איר אַרבעט. לויט די באַריכטן ווערט דער צענטער גענוצט ווי אַ הויז, וווּ עס נעכטיקן די טראָגעדיקע אימיגראַנטקעס. נאָך דעם ווי זייערע קינדער ווערן געבוירן, שיקט מען די אימיגראַנטקעס און זייערע קינדער צוריק אין זייערע היימלענדער. ראַבײַ קאַמינסקי האָט איבערגעגעבן די זשורנאַליסטן, אַז כאָטש עס האָט איר זייער באַנג געטאָן זיך נישט צו פֿירן לויט די געזעצן פֿון לאַנד, דאַרפֿן ייִדן געדענקען דעם טעם פֿון ווערן אויסגעשלאָסן, און דאַרפֿן געדענקען, אַז מע מוז העלפֿן דעם פֿרעמדן. דער פֿאַראיין פֿאַרן פּראָגרעסיוון יודאַיִזם האָט פֿאַרטיידיקט ראַבײַ קאַמיניסקיס טאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.