ירושלים. — מאָנטיק האָט דאָס ישׂראלדיקע מיליטער געמאָלדן, אַז מע האָט געפֿונען די קערפּערס פֿון די דרײַ ישׂראלדיקע בחורים, וועלכע זענען נעלם געוואָרן מער ווי צוויי וואָכן צוריק אויפֿן מערבֿ־ברעג. מע האָט די קערפּערס אַנטדעקט אין אַ פֿעלד צפֿון פֿונעם פּאַלעסטינער שטעטל חלחול, לעבן חבֿרון. ווי עס זעט אויס, האָט מען זיי דערשאָסן גלײַך נאָכן פֿאַרכאַפּן זיי.
די בחורים — אייל יפֿרח, 19 יאָר אַלט, פֿון אלעד; גלעד שער, 16 יאָר, פֿון טלמון, און נפֿתּלי פֿרענקל, 16 יאָר, פֿון נוף־עילון — זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן בעת זיי האָבן געפּרוּווט כאַפּן אַ „טרעמפּ‟ אין גוש־עציון, כּדי אַהיימצופֿאָרן אויף שבת פֿון זייערע ישיבֿות.
נפֿתּלי פֿרענקל איז אויך געווען אַן אַמעריקאַנער בירגער.
נאָך דער פֿאַרכאַפּונג האָבן די צה״ל־כּוחות דורכגעפֿירט אַ ריזיקע אָבלאַווע איבערן מערבֿ־ברעג, און אָפּעראַציעס קעגן „כאַמאַס‟. ישׂראל האַלט, אַז די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער פֿאַרכאַפּונג. צוויי פֿון די ייִנגלעך זענען געווען תּלמידים אין דער ישיבֿה „מקור חיים‟ אינעם רעליגיעזן קיבוץ „כּפֿר עציון‟, און האָבן, אַ פּנים, געזוכט אַ וועג אַהיימצופֿאָרן קיין מודין. דער דריטער האָט זיך געלערנט אין דער ישיבֿה „שבֿי חבֿרון‟, אין חבֿרון.
„מיר קאָנען נישט פֿאַרגעבן די מאָרדן פֿון קינדער,‟ האָט דער עקאָנאָמיע־מיניסטער נפֿתּלי בענעט דערקלערט. „איצט איז די צײַט פֿאַר אַקציעס, נישט רייד.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.