אַ מאָל, ווען די ייִדישע ליטעראַרישע ווערק האָבן נאָך געהאַט אַ מאַסן-לייענערשאַפֿט, זײַנען גאַנץ פּאָפּולער געווען די היסטאָרישע ראָמאַנען פֿון שאול סאַפּיר (1895–1974). מע האָט זיי געדרוקט אין דער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דעם „פֿאָרווערטס‟, און ווי באַזונדערע ביכער האָט מען זיי אויך אַרויסגעלאָזט. אַ פּאָר פֿון זיי זײַנען דערשינען אין ענגלישע איבערזעצונגען. צווישן סאַפּירס ווערק איז געווען אויך די נאָוועלע „דער קאַליף פֿון קאָרדאָוואַ: היסטאָרישער ראָמאַן פֿון דער ייִדישער ׳גאָלדענער עפּאָכע׳ אין שפּאַניע אונטער די מורען‟.
דאָס וואָרט „קאַליף‟ געהערט טאַקע צו דער היסטאָרישער לעקסיק. ווער ניצט עס הײַנט אין ייִדיש? אַפֿילו דער אויסדרוק „אַ קאַליף אויף אַ ווײַלע (צי אויף אַ שעה)‟ — וועגן אַ מענטשן, וואָס שפּילט צופֿעליק און אין משך פֿון אַ קורצער צײַט די ראָלע פֿון אַ מעכטיקער פֿיגור, באַווײַזט זיך, דאַכט זיך, אין גאַנצן ניט אין די לעצטע יאָרן. אָדער ריכטיקער, דאָס וואָרט „קאַליף‟ האָט זיך כּמעט ניט באַוויזן ביז דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, ווען אין איראַק האָט זיך אָנגעהויבן די איצטיקע איבערקערעניש. קעגן דער רעגירונג שלאָגן זיך דאָרטן פֿאַרשיידענע גרופּעס סוניטן, אָבער באַזונדערס אָפֿט הערט מען וועגן די מוסולמענישע ראַדיקאַלן, וואָס האָבן פּראָקלאַמירט די שאַפֿונג פֿון אַן „איסלאַמישן קאַליפֿאַט‟. עס זעט אויס, אַז אויב דאָס איז אַ קאַליף אויף אַ ווײַלע, קען די דאָזיקע ווײַלע זײַן אַ לאַנגע.
דער לעצטער „ריכטיקער‟ קאַליפֿאַט האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן מיט 90 יאָר צוריק, אין מאַרץ 1924. געשען איז עס דעמאָלט, ווי אַ טייל פֿונעם אײַנפֿירן וועלטלעכע אינסטיטוטן אין דער מאָדערניזירטער טערקישער מדינה. פֿון דעמאָלט אָן האָט דער קאַליפֿאַט, ווי אַ פֿאַראייניקטע שטרענג-מוסולמענישע מלוכה, עקזיסטירט נאָר אין ווילדע פֿאַנטאַזיעס פֿון רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער. הײַנט פּרוּווט אַ גרופּע אַזעלכע פֿאַנאַטיקער רעאַליזירן זייער חלום, אויסנוצנדיק דעם מצבֿ, וואָס האָט זיך געשאַפֿן, אין אַ גרויסער מאָס, נאָך דער מערבֿדיקער אינוואַזיע אין איראַק און דעם נאַיִוון, אוטאָפּישן גלויבן, אַז דאָס איראַקישע פֿאָלק שלאָפֿט און זעט, ווען מע וועט זיי ברענגען אויף אַ טעלערל די מערבֿדיקע דעמאָקראַטיע.
אַ סבֿרא, אַז די ריזיקע געלטער, וואָס מע האָט געהאַט אינוועסטירט אינעם צוגרייטן די איראַקישע אַרמיי, זײַנען פּשוט געגאַנגען אין ניוועץ, ווײַל די דאָזיקע אַרמיי איז זיך צעלאָפֿן, ניט אַרויסווײַזנדיק כּמעט קיין שום ווידערשטאַנד. אַזוי צי אַזוי, זעט אויס דערווײַל, צום באַדויערן, די גאַנצע מעשׂה, ווי אַ גרויסע מפּלה פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. נאָכווייענישן פֿון דעם „קאַליפֿאַט‟ וועט מען פֿילן זייער לאַנג. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז עס וועט צעברעקלען איראַק און (ווי כ׳האָב שוין געשריבן) וועט אויף דער מאַפּע זיך באַווײַזן אַ נײַע מדינה, קורדיסטאַן, מיט גוטע באַציִונגען מיט ישׂראל און דער מערבֿדיקער וועלט בכלל. אַזאַ אויסקום וואָלט אפֿשר ניט אַזוי ביטער געמאַכט די אַלגעמיינע פּאָליטישע מפּלה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.