פֿון דער געשיכטע זײַנען באַקאַנט אַ היפּשע צאָל משומדים, וואָס האָבן דערגרייכט אַ הויכן ראַנג אין דער קריסטלעכער גײַסטלעכער היעראַרכיע. דער פֿראַנצויזישער קאַרדינאַל זשאַן־מאַרי לוסטיגער, למשל, געשטאָרבן אין 2007, איז אויפֿגעוואַקסן אין פּאַריז אין אַ פּויליש־ייִדישער משפּחה און האָט זיך געשמדט אין עלטער פֿון 13 יאָר, אין 1940. איצט איז אַרויס אַ פֿילם וועגן אים, „דער ייִדישער קאַרדינאַל‟.
די ייִדישיסטן איז באַקאַנט דער פֿאַל פֿון גאַבי ווײַנרײַך, דער זון פֿונעם ייִוואָ־גרינדער מאַקס ווײַנרײַך, וואָס האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אַרויסגעלאָזט אַ באַנד זכרונות „קאָנפֿעסיע פֿון אַ ייִדישן גלח‟. פֿון מיטל־עלטער האָבן מיר אַפֿילו אַ לעגענדע פֿון אַ ייִדיש ייִנגל, וואָס אַ קריסטלעכע דינסט האָט אים פֿאַרכאַפּט און געבראַכט אין אַ מאָנאַסטיר, און וואָס איז שפּעטער געוואָרן — דער פּויפּסט. אים (אויב ער האָט בכלל עקסיסטירט) קען מען אָבער ניט פֿאַררעכענען פֿאַרן ערשטן ייִדישן פּויפּסט, ווײַל דער הייליקער פּעטרוס, איינער פֿון ישוס צוועלף „שלוחים‟, וואָס איז לויט דער לעגענדע געוואָרן דער ערשטער פּויפּסט אין רוים, איז דאָך אויך געווען אַ ייִד און האָט פֿריִער געהייסן שמעון.
די פֿאַרקערטע מעשׂה — ייִדן, וואָס זײַנען אַרויסגעקומען פֿון גלחים — איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך זעלטענער. ביז לעצטנס איז דער שמד־שטראָם פֿון ייִד צו קריסט געווען אָן אַ שיעור גרעסער, ווי דער שטראָם צוריק; אין אַ סך לענדער, ווי אין דעם צאַרישן רוסלאַנד, איז אַפֿילו געווען אַ געזעץ קעגן גיור. אָבער הײַנט, ברוך־השם, האָט דאָס רעדל זיך איבערגעדרייט, און מיר האָבן שוין אַ סך גרים, געוועזענע קריסטן, ווי אויך ייִדן, וואָס שטאַמען אָפּ פֿון קריסטן.
ווען איך האָב געוווינט צווישן די חסידים אין באָראָ־פּאַרק, האָב איך ניט גערעדט צו פֿיל וועגן מײַן גלחישן ייִחוס. אויב איך האָב דערמאָנט בײַם שבת־טיש, אַז דער טאַטע איז ניט קיין ייִד, איז דאָס שוין געווען גענוג שלעכט — מען האָט אָנגעהויבן רעדן פֿון עפּעס אַנדערש.
די מעשׂה איז אַזוי: אַלע נאָענטע קרובֿים מײַנע, סײַ אויף דער ייִדישער, סײַ אויף דער גוייִשער זײַט, זײַנען ניט רעליגיעז — אפֿשר מיטן אויסנאַם פֿון איין באָבען, וואָס האָט ליב געהאַט צו זינגען אין קלויסטער. פֿון דעסטוועגן איז אַ ספֿק, צי זי האָט באמת געגלייבט אין גאָט, ווײַל קיין קריסטלעכע ביכער האָט זי ניט פֿאַרמאָגט און פֿון גאָט אָדער ישו האָט זי קיין מאָל ניט גערעדט.
דער זיידע, ווידער, האָט זיך קלאָר אויסגעדריקט סקעפּטיש לגבי רעליגיעזע זאַכן, ער האָט זיך אַליין גערופֿן אַן אַגנאָסטיקער. פֿאַר אים איז דאָס געווען אַ דערגרייכונג, ווײַל ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ פֿרומער קריסטלעכער סבֿיבֿה און אין דער קירך איז דער גלח געווען — זײַן זיידע. יענער האָט געהערט צו דער „קירך פֿון קריסטוס‟, אַ קאָנסערוואַטיווע אַמעריקאַנער פּראָטעסטאַנטישע דענאָמינאַציע. די דאָזיקע גרופּע האַלט, למשל (ענלעך צו אונדזערע פֿרומע ייִדן), אַז בײַם תּפֿילה טאָן טאָר מען ניט שפּילן קיין מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, ווײַל אַזוינס ווערט ניט דערמאָנט אינעם „נײַעם טעסטאַמענט‟. בײַ זיי איז „חדש אָסור מן התּורה‟: אַלע קריסטלעכע מינהגים, וואָס ווערן ניט בפֿירוש דערמאָנט אין דער ביבל, ווערן פֿאַררעכנט פֿאַר אַפּיקורסות.
צו פֿיל פּרטים וועגן דעם עלטער־עלטער־זיידן האָב איך ניט געהערט, ווײַל ער איז געשטאָרבן, ווען מײַן זיידע איז נאָך געווען אַ קינד. אָבער איך ווייס, אַז די קהילה האָט געהאַט פֿאַר אים גרויס דרך־ארץ.
דעם זיידנס טאַטע האָט אים גערופֿן „פּעפּי‟ (Pappy — „טאַטעלע‟). די משפּחה האָט געוווינט אין אָקלאַהאָמאַ, וואָס האָט דעמאָלט געהייסן „אינדיאַנער טעריטאָריע‟, דאָס הייסט, ס׳איז נאָך ניט געווען אַ שטאַט, נאָר אַ טעריטאָריע, וווּ די מלוכה האָט באַזעצט אַ סך אינדיאַנער שבֿטים, פֿאַרטריבענע פֿון זייערע היימען אין די מיזרח־שטאַטן. אין דעם דאָזיקן לעצטן שטיקל „ווילדער מערבֿ‟ האָט דער עלטער־עלטער־זיידע פֿאַרדינט ניט בלויז ווי אַ גלח, נאָר אויך ווי אַ כיראָפּראַקטאָר — אַ פֿאַך, וואָס ער האָט זיך אַליין אויסגעלערנט פֿון ביכער (איך וואָלט זיך ניט ריזיקירט צו גיין צו אים אויף אַ באַהאַנדלונג).
פֿון אים זײַנען איבערגעבליבן אַ פּאָר בילדער און עטלעכע ביכער: דרײַ ביבלען, פֿאַרשיידענע קריסטלעכע רעפֿערענענץ־ביכער, אַ ריזיקער גריכישער ווערטערבוך (וווּ ער האָט אונטערגעשטראָכן וויכטיקע טערמינען, למשל, „זונה‟). פֿון איין ביבל־עקזעמפּלאַר האָט ער מיט אַ שערל אַרויסגעשניטן אַ סך ציטאַטן, מסתּמא כּדי זיי אַרײַנצוקלעפּן אינעם טעקסט פֿון זײַנע דרשות.
ס׳איז אַ סבֿרא, אַז דער עלטער־עלטער־זיידע וואָלט ניט געווען זייער צופֿרידן מיט אַן אייניקל — אַ ייִד, און אַן אַפּיקורס דערצו. אַפֿילו די קאַטאָליקן (אָדער, דער עיקר, די קאַטאָליקן) האָבן מסתּמא ניט אויסגענומען בײַ אים. דער זיידע פֿלעגט דערציילן, ווי ער אַליין האָט קינדווײַז רעאַגירט אויף דער נאָמינאַציע פֿונעם דעמאָקראַט (און קאַטאָליק) אַל סמיט פֿאַר פּרעזידענט אין 1928. אויף אַ קאַטוילישן שכן, אַ קינד אינעם זעלביקן עלטער, האָט ער געשריגן, אַז ער וויל ניט „האָבן דעם פּויפּסט פֿאַר פּרעזידענט!‟ אַזאַ מיינונג איז געווען פֿאַרשפּרייט אין די אַמעריקאַנער דרום־ און מערבֿ־שטאַטן, און סמיט האָט טאַקע פֿאַרשפּילט.
וואָס שייך ייִדן, האָט דער זיידע דערציילט, אַז איין מאָל איז ער קינדווײַז אויפֿגעטראָטן אויפֿן ראַדיאָ אין דער ראָלע פֿון אַ ייִדישן פּעדלער פֿון ניו־יאָרק. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן וואָסער מין לשון ער האָט דאָרט גערעדט — אַ געמיש פֿון זײַן אָקלאַהאָמער דיאַלעקט מיט דער (מסתּמא אַנטיסעמיטישער) פּאַראָדיע פֿונעם ייִדישן אַקצענט, וואָס דער זיידע האָט דעמאָלט נאָך קיין מאָל ניט געהאַט געהערט אַפֿילו.
שפּעטער האָט ער זיך אויפֿגעקלערט און חרטה געהאַט אויף זײַנע חטאת־נעורים, אָבער דאָס איז געשען, ווען דער עלטער־עלטער־זיידע איז שוין ניט געווען. זײַן מאַמע האָט ער יאָ אַנטוישט, ווײַל זי איז איר גאַנץ לעבן (כּמעט הונדערט יאָר) געבליבן אַ גאָטספֿאָרכטיקע. מיט איר האָב איך אויך ניט באַוויזן זיך צו טרעפֿן, צום באַדויערן (אָדער צום גליק).
עס קען אָבער געמאָלט זײַן, אַז ווען זיי וואָלטן הײַנט געלעבט, וואָלטן די עלטער־באָבע און דער עלטער־עלטער־זיידע געהאַלטן פֿון ייִדן, כאָטש טעאָרעטיש, פּונקט ווי אַ סך הײַנטיקע עוואַנגעלישע קריסטן. אויפֿן וועבזײַטל פֿון דער „קירך פֿון קריסטוס‟, למשל, קען מען לייענען זייער נײַעס־בלעטל „שטיצער פֿון ציון‟ (Zion’s Advocate), וואָס טראָגט אויף דער ערשטער זײַט אַ גרויס בילד פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָן און פֿון דער ישׂראל־פֿאָן. אינעווייניק זײַנען אויך דאָ אינסטרוקציעס, וואָס צו לערנען מיט די קינדער אין זייערע זונטיק־שולן, און איין פּונקט הייסט: „מתפּלל זײַן פֿאַר די, וואָס קענען גאָט ניט‟. אפֿשר וואָלט דער עלטער־עלטער־זיידע געווען אַזוי ברייטהאַרציק ווי זײַנע גײַסטיקע אייניקלעך?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.