דאָס 13־יאָריקע זאַקאַרי טאַרגאָף האָט אויסגעזען פֿאַרזאָרגט; קיין סך ברירות זענען אים נישט געבליבן. אַנטקעגן אים האָט דער 90־יאָריקער ייִד, הערמאַן באָמזע, געדולדיק געוואַרט.
„כ׳האָב געמאַכט אַ שלעכטן גאַנג — האָט זאַקאַרי געזאָגט. נאָך אַ מינוט האָט ער צוגעגעבן מיט אַ זיפֿץ: „איך גיב זיך אונטער.‟
זאַקאַרי, אַ בחור פֿון דער פּרעסטיזשפֿולער עלעמענטאַר־שול, „טריניטי‟, אין מאַנהעטן, איז אַ פּראָדוקט פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה. ער איז אַ מיטגליד פֿון אַ קינדער־אָרקעסטער און שפּילט טעניס צוויי מאָל אַ טאָג.
באָמזע, אַ פּענסיאָנירטער ייִדישער אינזשעניר מיט אַ דײַטשישן אַקצענט, קומט פֿון אַ גאָר אַנדער סבֿיבֿה. אַ קינד פֿון אַן אָרעמער היים, האָט ער יונגערהייט איבערגעלעבט אַ צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן און איז מיט דער מאַמען אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע פּונקט פֿאַרן חורבן. זײַן טאַטע איז אָבער געבליבן אין אייראָפּע און אומגעקומען.
רעליגיעז זענען זיי אויך זייער אַנדערש. זאַקאַרי, וועלכער האָט געפֿײַערט זײַן בר־מיצווה אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל, קומט זעלטן אַרײַן אין אַ סינאַגאָגע, בעת באָמזע איז אַ טראַדיציאָנעלער ייִד, וועלכער דאַוונט אָפֿט אין דער אָרטאָדאָקסישער שיל „לינקאָלן סקווער‟.
אָבער ווען עס רעדט זיך וועגן שאַך, זענען זיי אַ גוטע פּאָר. „ווען ער שפּילט מיט זאַקאַרי, קריגט ער צוריק זײַן כּוח און אינטעלעקט,‟ האָט באַמערקט באָמזעס טאָכטער, ברכה־נחמה באָמזע. זאַקאַרי זאָגט, אז ער פֿילט זיך זייער רויִק, ווען ער שפּילט מיט באָמזע. „ער פֿאַרגלײַכט מיך נישט מיט אַנדערע שפּילער. דערפֿאַר בין איך קיין מאָל נישט נערוועז ווען איך בין מיט אים.‟
די צוויי האָבן געפֿונען איינער דעם אַנדערן דורך „דורות‟, אַן אַגענטור, וואָס העלפֿט עלטערע ייִדן, און באַמיט זיך אָנצוקניפּן פֿרײַנדשאַפֿט צווישן די עלטערע לײַט און דער יוגנט. „די הײַנטיקע יונגע לײַט פֿאַרברענגען נישט קיין סך צײַט מיט עלטערע מענטשן, וועלכע זענען נישט זייערע קרובֿים,‟ האָט באַמערקט דזשודיט טערנער, די דירעקטאָרין פֿון וואָלונטיר־באַדינונגען אין „דורות‟. „אין אונדזער געזעלשאַפֿט, פֿאַרגעסט מען אין די עלטערע לײַט.‟
מיט אַ יאָר פֿריִער האָט זאַקאַרי, אַ שאַך־טשעמפּיאָן, געזוכט אַן עלטערן ייִד מיט וועמען זיך צו פֿאַרמעסטן, ווי אַ טייל פֿון זײַן בר־מיצווה פּראָיעקט. גלײַכצײַטיק האָט באָמזע געזוכט אַ שפּילער וואָס קען שפּילן אויף זײַן מדרגה.
ווען זאַקאַרי האָט צום ערשטן מאָל געשפּילט אַנטקעגן אים, האָט באָמזע הנאה געהאַט. „ס׳איז זעלטן וואָס עמעצער קען אים באַזיגן,‟ האָט ברכה־נחמה געזאָגט. „אָבער זאַקאַרי געווינט יאָ בײַ אים. און כאָטש מײַן טאַטע שעמט זיך וועגן דעם רעדן, האָט ער שטילערהייט הנאה דערפֿון.‟
באָמזע האָט געשפּילט זײַן ערשטן שאַך־מאַטש אין ווין, אויף אַ הילצערנעם שאַכברעט, וואָס האָט געהערט צו זײַן טאַטן. „דער טאַטע האָט מיך אויסגעלערנט ווי צו שפּילן, ווען כ׳בין געווען זעקס יאָר אַלט. ווען איך בין געווען 8, האָט ער מער נישט געקענט געווינען בײַ מיר, האָב איך זיך נישט געקענט קיין סך לערנען פֿון אים. אָבער פֿון זאַק לערן איך זיך דווקא אַ סך.‟
אין זייער ערשטן מאַטש, למשל, האָט זאַקאַרי געניצט דעם „סיצילישן אָנהייב‟ — אַן אַגרעסיווע סטראַטעגיע, וואָס דער „שוואַרצער צד‟ מעג ניצן, אין וועלכער ער אַטאַקירט די ווײַסע שאַכפֿיגורן, וואָס רינגלען אַרום זייער מלכּה, גלײַך פֿון אָנהייב. „דאָס האָט מיך ממש פֿאַרכאַפּט,‟ האָט באָמזע געזאָגט. „עס זענען דאָ אַזוי פֿיל מעגלעכקייטן, ווען מע הייבט אָן דעם מאַטש אַזוי.‟
ווי באָמזע, האָט זאַקאַרי זיך געלערנט שאַך בײַם טאַטן, דזשאָשואַ טאַרגאָף, דער פֿירמע־שעף פֿון אַ הצלחהדיקער אינוועסטיר־פֿירמע, Third Point LLC.
פֿאַראַיאָרן האָט באָמזע געשאָנקען זײַן טאַטנס שאַכברעט זאַקאַרין אַ מתּנה, לכּבֿוד זײַן ווערן אַ בר־מיצווה.
זעענדיק ווי געלונגען ס׳איז געווען דאָס צונויפֿפּאָרן באָמזע מיט זאַקאַרי, האָט „דורות‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג געגרינדעט אַ גרעסערע שאַך־פּראָגראַם פֿאַר עלטערע און ייִנגערע לײַט — אַ פּראָיעקט, וואָס די משפּחה טאַרגאָף פֿינאַנצירט. נישט לאַנג צוריק זענען 20 עלטערע לײַט און קינדער שוין געזעסן און געשפּילט שאַך צוזאַמען אינעם „דורות‟־בנין.
נישט אַלע ווײַזן אָבער אַרויס די זעלבע ערנסטע קאָנקורענץ ווי באָמזע און זאַקאַרי. ווען דער 11־יאָריקער עוואַן כּהן האָט געשטעלט זײַן מלכּה אין געפֿאַר, האָט זײַן 91־יאָריקער קאָנקורענטין, בערטאַ בוטיס, אים געראַטעוועט. „נעם עס גיך צוריק, זיסקייט,‟ האָט זי געזאָגט.
„יאָ, יאָ, ביסט גערעכט,‟ האָט עוואַן געענטפֿערט, אַ ביסל אַ פֿאַרשעמטער. „אַ דאַנק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.