עגיפּטן און אַמעריקע לויפֿן נישט צו העלפֿן

Egypt and America May Not Help This Time

דער אינטערנאַציאָנאַלער עראָפּאָרט אין רפֿיח, עזה־פּאַס, דעם 7טן יולי, נאָך די ישׂראלדיקע באָמבאַרדירונגען
Abed Rahim Khatib/Flash 90
דער אינטערנאַציאָנאַלער עראָפּאָרט אין רפֿיח, עזה־פּאַס, דעם 7טן יולי, נאָך די ישׂראלדיקע באָמבאַרדירונגען

פֿון ראָן קעמפּיס (ייִט״אַ)

Published July 10, 2014, issue of August 01, 2014.

קאָנפֿליקטן צווישן „כאַמאַס‟ און ישׂראל זענען נישט קיין נאָווינע. די אַנאַליטיקער באַמערקן אָבער, אַז הײַנט האָט זיך דער מצבֿ געביטן צוליב דעם, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן און עגיפּטן זענען לאַוו־דווקא פֿאַראינטערעסירט צו דינען ווי פֿאַרמיטלער אין שטילשטאַנד־פֿאַרהאַנדלונגען.

עמי איילון, אַ געוועזענער שעף פֿון „שין־בית‟, האָט דערקלערט, אַז די הײַנטיקע עגיפּטישע רעגירונג, אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿריִערדיקער, האָט אַ שוואַכערע השפּעה אויף „כאַמאַס‟. די הײַנטיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע קוקט אויף די געשעענישן אויפֿן מיטל־מיזרח פֿון דער ווײַטן, אָבער וויל זיך נישט אַרײַנמישן אינעם קאָנפֿליקט.

אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט איילון באַמערקט, אַז דער נײַער עגיפּטישער פּרעזידענט, אַבדעל־פֿאַטאַך אַס-סיסי, באַציט זיך צו „כאַמאַס‟ שטאַרק נעגאַטיוו. הגם דאָס קאָן זײַן אַ טובֿה פֿאַר דער ישׂראלדיקער רעגירונג, מיינט עס אויך, אַז די פֿירער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע וועלן זיך נישט צוהערן צו עגיפּטן.

די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, האָט דעם 8טן יולי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קורצע מעלדונג קעגן די ראַקעט־אַטאַקן, וואָס די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס פֿירן דורך קעגן דער ישׂראלדיקער בירגערלעכער באַפֿעלקערונג, און פֿאַרטיידיקט דאָס רעכט פֿון ישׂראל צו באַשיצן זיך פֿונעם ראַקעטן־פֿײַער.

דזשאָש ערנעסט, דער וואָרטזאָגער פֿונעם „ווײַסן הויז‟, האָט באַמערקט, אַז דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, איז גרייט זיך אַרײַנצומישן, כּדי צו דערגרייכן אַ שטילשטאַנד. די אַמעריקאַנער רעגירונג איז אָבער נישט פֿאַראינטערעסירט צו דינען ווי אַ פֿאַרמיטלער אינעם שטילשטאַנד צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟, ווײַל דאָס וואָלט געשאַט די אַמעריקאַנער באַציִונגען מיט דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע און איר פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס.

דעם 8טן יולי, האָבן די פּאַלעסטינער אינסטאַנצן איבערגעגעבן, אַז צום ווייניקסטן 15 מענטשן זענען שוין אומגעקומען בעת די ישׂראלדיקע לופֿט־אַטאַקן.

זיאַד אַסאַלי, דער פּרעזידענט פֿונעם ספּעציעלן אַמעריקאַנער קאָמיטעט, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פּאַלעסטינער פּראָבלעם, האָט באַמערקט, אַז דער איצטיקער מיליטערישער קאָנפֿליקט איז באַזונדערס געפֿערלעך, ווײַל ער האָט זיך אָנגעהויבן פֿון אַ קייט אומדערוואַרטע הפֿקרדיקע אינצידענטן: די פֿאַרכאַפּונג און מאָרד פֿון דרײַ ישׂראלדיקע ייִנגלעך; די ישׂראלדיקע אַקציעס קעגן „כאַמאַס‟ אויפֿן מערבֿ־ברעג; די ראַקעט־אַטאַקן אויף ישׂראל פֿונעם עזה־פּאַס; און דער מאָרד פֿונעם פּאַלעסטינער ייִנגל דורך די ישׂראלדיקע רעכטע עקסטרעמיסטן.