נתניהוס באַליבסטער פּאָעט

Netanyahu's Favorite Poet

חיים־נחמן ביאַליק
Wiki Commons
חיים־נחמן ביאַליק

פֿון סטיווען ציפּערשטיין (Forward)

Published July 10, 2014, issue of August 01, 2014.

אין נאָוועמבער 2012, בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון די קרבנות, אומגעבראַכט בעת דעם טעראָר־אַקט אין טולוז, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, פֿאָרגעלייענט אַן אויסצוג פֿון חיים־נחמן ביאַליקס ליד „על השחיטה‟. דער גרויסער ייִדישער פּאָעט האָט עס אָנגעשריבן נאָכן קעשענעווער פּאָרגראָם.

נתניהו האָט דעמאָלט דערמאָנט ביאַליקס ווערטער, אַז „דער שׂטן אַליין וואָלט נישט געחלומט אַזאַ נקמה פֿאַרן בלוט פֿון אַ קליין קינד‟. נישט לאַנג צוריק, האָט דער פּרעמיער ווידער ציטירט די זעלבע שורות, אין שײַכות מיטן מאָרד פֿון די דרײַ ישיבֿה־בחורים. אין ביידע פֿאַלן האָט נתניהו אָבער נישט דערמאָנט, וואָס ס׳שטייט געשריבן גלײַך פֿאַר די דערמאָנטע ווערטער פֿונעם פּאָעט: „און פֿאַרשאָלטן איז דער, וואָס רופֿט זיך נוקם צו זײַן‟.

ביאַליק פֿאַרנעמט אַ גרויס אָרט אין דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער שול־פּראָגראַם. צוליב דעם, האָט נתניהו אויסגעקליבן אַ באַקאַנט ליד פֿונעם נאַציאָנאַלן קלאַסיקער. פֿונדעסטוועגן, האָט ער אויסגענוצט די דערמאָנטע שורות אין אַן אַבסורדישן און סתּירותדיקן קאָנטעקסט. קודם־כּל, מוז מען באַמערקן, אַז די ייִדן געפֿינען זיך אין דער הײַנטיקער מדינת־ישׂראל גאָר אין אַן אַנדער מצבֿ, ווי אין דער אַנטיסעמיטישער רוסישער אימפּעריע, וווּ זיי זענען געווען אַ דערנידעריקטע מינאָריטעט.

אין אַן אַנדער קלאַסיש ווערק, „בעיר ההרגה‟, דערמאָנט ביאַליק די לייענער, אַז פֿון נקמה און גוואַלד קומט נאָר שלעכטס. דער פּאָעט האָט געשריבן די דאָזיקע לאַנגע פּאָעמע במשך פֿון עטלעכע חדשים, ווען ער איז געוווירן געוואָרן וועגן די שוידערלעכע פּרטים פֿון דער רציחה, וואָס איז אויסגעבראָכן אין קעשענעוו אינעם יאָר 1903. הגם ביאַליק האָט דעמאָלט גוט געוווּסט, אַז די אַנטיסעמיטן האָבן אויסגעהרגעט 49 ייִדן און איבערגעלאָזט טויזנטער אָן אַ פֿאַרמעגן און אָן אַ היים, האָט ער אויך שאַרף קריטיקירט די ייִדן פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן זיך נישט באַשיצט, ווי געהעריק, פֿון די פּאָגראָמען, איגנאָרירנדיק דעם פֿאַקט, וואָס אַ טייל ייִדן אין קעשענעוו האָבן זייער בראַוו געקעמפֿט קעגן די אָנפֿאַלער.

צוליב דעם, זענען ביאַליקס לידער שפּעטער געוואָרן אַ סימבאָל פֿון די ייִדישע קעמפֿער, וועלכע האָבן זיך גענומען געווער אין די הענט, כּדי צו באַשיצן זייערע ברידער פֿון די בלוטיקע רדיפֿות. פֿונדעסטוועגן, האָט ביאַליק, זײַענדיק אַ קאָמפּליצירטער פּאָעט, פֿול מיט עגמת־נפֿש, געוווּסט, אַז נקמה־אַקציעס זענען אַ סכּנותדיקער וועג צו דער ווײַטערדיקער עסקאַלאַציע פֿון גוואַלד. להיפּוך צו דעם ייִדישן קלאַסיקער, האָט נתניהו דאָס פֿאַרגעסן.

הײַנט, ווען די ישׂראלדיקע מלוכה פֿאַרמאָגט מעכטיקע מיטלען אויסצופֿירן אַזעלכע אַקציעס, מוז מען, אַדרבה, זיך דערמאָנען, אַז ביאַליק איז טאַקע געווען אַ גרויסער ייִדישער פּאָעט — דווקא צוליב דעם, וואָס ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַפֿילו אין די ערגסטע מאָמענטן פֿון שוידער און עגמת־נפֿש, טאָר מען נישט פֿאַרלירן דאָס מאָראַלישע פּנים און געדענקען, אַז דער ענטפֿער אויפֿן טעראָר קאָן זײַן אויך שוידערלעך און אומיושרדיק.