סוף יוני, פֿון 23סטן ביזן 25סטן, איז פֿאָרגעקומען אין שׂדה-בוקר, אַ קיבוץ אין דרום-ישׂראל, די 30סטע יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-שטודיעס (Israel Studies). הײַיאָר האָט מען איר געגעבן דעם טיטל „ישׂראל: פֿירערשאַפֿט און קריטישע באַשלוסן‟ (Israel: Leadership & Critical Decisions). אַזוי ווי דער אַלטער „גרינדער-פֿאָטער‟ פֿון דער מדינה, דוד בן-גוריון, האָט זיך געהאַט באַזעצט אין דעם דאָזיקן קיבוץ אין 1953, האָבן זיך איצט די פּאָר הונדערט אַקאַדעמיקער און ישׂראל-טוער צונויפֿגעזאַמלט דאָרט אַרומצורעדן אַלץ, וואָס ס‘האָט צו טאָן מיטן פֿענאָמען פֿון מדינת-ישׂראל און ציוניזם אין אַלגעמיין. דער שׂדה-בוקר קאַמפּוס דינט בעצם ווי אַן אָפּצווײַג פֿון דעם בן-גוריון־אוניווערסיטעט אין באר-שבֿע.
מיט צוויי יאָר צוריק האָב איך צום ערשטן מאָל געהאַט דעם זכות בײַצוזײַן אויף אָט דער אונטערנעמונג, ווען זי איז פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט חיפֿה (אָט איז מײַן באַריכט: //yiddish2.forward.com/node/4645 ). דעמאָלט האָט זי זיך כאַראַקטעריזירט מיט סקאַנדאַלן בזעיר-אַנפּין וועגן דער דאָמינירינדיקער שפּראַך פֿון די לעקציעס (ענגליש), און וועגן סאַמי מיכאלס בײַסנדיקער רעדע. אין שׂדה-בוקר, וווּ עס געפֿינט זיך בן-גוריונס קבֿר, איז פֿון יענע מחלוקתן קיין זכר נישט געבליבן.
הײַיאָר האָט זיך די דראַמע געדרייט אַרום אַנדערע סוגיות. אין שפּיץ איז געשטאַנען דאָס אָרט אַליין פֿון דער קאָנפֿערענץ: דער פֿינצטערער לאָך, וואָס הייסט „שׂדה-בוקר‟ („קאַובוי-פֿעלד‟, איז דער טײַטש). געגרינדעט געוואָרן דורך אַן אַמעריקאַנער ייִד, וואָס האָט געבאָרגט די באַגריפֿן פֿון די ווײַסע אייראָפּעער, וועלכע האָבן געהאַט באַזעצט דאָס אַמעריקאַנער גרענעצלאַנד, און באַקעמפֿט די אַלט-געזעסענע תּושבֿים דאָרט (די אַזוי גערופֿענע „אינדיאַנער‟) — האָבן די ציוניסטן געהאַט די בעדויִנער ווי זייערע אייגענע אינדיאַנער. נישט צופֿעליק זענען אויף דער קאָנפֿערענץ אויך געקומען די אייגנטימער פֿון אַ פֿיך-פֿאָלוואַרק אין טעקסאַס, מיטן ציל צו בויען און צו אַנטוויקלען בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן מיט די אָרטיקע (ייִדישע) קאַובויס. פֿאַר די בעדויִנער נגבֿ-תּושבֿים, האָט מען אַנדערע פּלענער אין דער רעגירונג (זעט, למשל, דעם קאָנטראָווערסיאַלן „פּראַווער‟-פּלאַן); אויף דער קאָנפֿערענץ איז דאָס געקומען צום אויסדרוק בעת דער באַנקעט-וועטשערע אין „ספֿינת-המידבר‟ („די מידבר-שיף‟), וווּ מע קען געניסן, אין אַ גאָר אָריענטאַלישער אַטמאָספֿער, פֿון דעם „אויטענטישן‟ בעדויִנער הכנסת-אורחים.
דער פּועל-יוצא פֿונעם אויסקלײַבן אַזאַ מין „האָצעקלאָץ‟־אָרט פֿאַר דער קאָנפֿערענץ, אַחוץ דער שווערער היץ און שטויביקייט, איז די רעלאַטיוו קליינע צאָל מענטשן, וואָס זאָלן זײַן גרייט צו פֿאָרן אַהין. דעריבער, בשעת מע האָט אָפּגעהאַלטן גלײַכצײַטיק אַרום אַכט פּאַנעלן אויף יעדן צײַט-אָפּשניט, זײַנען בײַגעווען אויף יעדער לעקציע זייער ווייניק מענטשן. און ווער לײַדט צום מערסטנס פֿון אַזאַ מין מצבֿ? פֿאַרשטייט זיך, די קלענערע טעמעס, ווי קולטור, ליטעראַטור, און צווישן זיי — די קליינע-שבקליינע: די ייִדישע קולטור און ליטעראַטור. איז, אויף מײַן פּאַנעל, וווּ אַני-הקטן און דייגאָ ראָטמאַן (פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט) האָבן געהאַלטן רעדעס אויף די ייִדיש-ייִדישע טעמעס, איז אונדז געקומען צו הערן נאָר איין צדקת.
איין אינטערעסאַנטער פּאַנעל, וואָס מיר איז אויסגעקומען צו הערן, האָט געטראָגן דעם טיטל „די אַרמיי, מינאָריטעטן און מאַנצבילשקייט‟ (The Army, Minorities and Masculinity). ראַמי זיידאַן, אַ פֿאָרשער פֿון דעם „אָפֿענעם אוניווערסיטעט‟, פֿון אַ דרוזער אָפּשטאַם, האָט גערעדט וועגן „דער מינאָריטעטן-דיוויזיע אין צה”ל — פֿון וואָלונטירן צו אַבליגאַטאָרישן דינסט‟. זיידאַן האָט אַרגומענטירט, אַז די גרינדונג פֿון דער מינאָריטעטן-דיוויזיע, אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה, װערט פֿאַרװאַנדלט אין אַ מכשיר פֿון ישׂראלס שיטה פֿון „צעטייל און הערש‟ איבער די אַראַבער פֿון לאַנד, ווײַל פֿאַקטיש זענען די דרוזן, וואָס זענען אַליין אַראַבער לויט זייער קולטורעלער און נאַציאָנאַלער געהעריקייט, כּמעט די איינציקע מיעוט-גרופּע, וואָס דינט אין דער ישׂראל-אַרמיי.
די אָפֿיציעלע געשיכטע דערציילט וועגן אַ בלוט-בונד צווישן די ציוניסטן און די דרוזן פֿון די סאַמע ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה. אָבער זיידאַן האָט געפֿונען, אַז קודם-כּל זענען די דרוזן נישט געווען די איינציקע, ווײַל די ערשטע זענען געווען די בעדויִנער. און צווייטנס, איז די דרוזישע פֿירערשאַפֿט בכלל געווען אין סיריע און לבֿנון, און נישט אין ישׂראלפּאַלעסטינע. זיידאַן האָט געוויזן דאָקומענטן אויף העברעיִש, פֿון די מיטל 1950ער יאָרן, וואָס באַרעכטיקן בדיעבֿד די גרינדונג פֿון דער דרוזישער איינהייט. אונטער די דאָזיקע דאָקומענטן האָבן זיך נישט אונטערגעשריבן די הויפּט־דרוזישע פֿירער. שפּעטער איז די מינאָריטעטן־איינהייט באַקאַנט געוואָרן ווי די דרוזישע איינהייט. אויך טשיקאַווע איז, אַז זיידאַן אַליין האָט געהאַט געדינט לאַנגע יאָרן אין צה”ל, און בלויז פֿאַראַיאָרן האָט ער פֿאַלאָזט דאָס דינסט. אויף מײַן פֿראַגע, צי ער האָט געביטן זײַן פּאָליטישע מיינונגען במשך פֿון די יאָרן, האָט ער דווקא געענטפֿערט, אַז ניין. ער באַציט זיך צו זײַן קריטישן צוגאַנג ווי אַ פֿאָרשונג אין געשיכטע, און אַז זינט יענע יאָרן האָט די רעאַליטעט בכל-אופֿן זיך געענדערט. ער זאָגט, אַז דאָס פֿאַרחידושט אים אַליין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.