דער גרעסטער שטאָטישער צענטער פֿון ייִדן אויף דער וועלט איז די תּל־אָבֿיבֿער מעטראָפּאָליטאַנער געגנט, דער אַזוי־גערופֿענער „גוש דן‟, וואָס ציילט הײַנט איבער 3 מיליאָן ייִדן. די עקאָנאָמיע פֿון דער געגנט אַנטוויקלט זיך אַזוי גיך, אַז ביז 2025, רעכנט מען, וועט 80% פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג וווינען דאָרט. שוין פֿאַר אַ יאָרן האָט מען באַשטעטיקט, אַז די צאָל ייִדן אין ישׂראל (אַן ערך 6 מיליאָן) האָט איבערגעשטיגן די 5.5 מיליאָן אין אַמעריקע. קען מען איצט זאָגן מיט גענוג זיכערקייט, אַז ניו־יאָרק, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געהאַט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג, איז, סוף־כּל־סוף, אַראָפּ פֿון איר גדולה.
נאָר כאַפּט ניט! ניו־יאָרק וועט טאַקע בלײַבן אויפֿן צווייטן אָרט, אָבער ניו־יאָרק קען איר שטעטל באַשטיין, אַזוי צו זאָגן. ניט ווי אַנדערע ייִדישע גלות־צענטערס, איז די ניו־יאָרקער קהילה ניט אײַנגעשרומפּן געוואָרן, נאָר טאַקע געוואַקסן אין די לעצטע 10 יאָר, ביז 1.1 מיליאָן. אמת, אין די 1940ער און 1950ער יאָרן האָבן דאָ געוווינט 2 מיליאָן ייִדן, אָבער עס זעט אויס, ווי די לאַנג־יאָריקע ירידה זינט די 1960ער יאָרן האָט טאַקע אויפֿגעהערט — אַ דאַנק דער פֿרוכפּערדיקייט פֿון אונדזערע חרדים אין ברוקלין און דער גרויסער צאָל וועלטלעכע ייִדן, וואָס שטאָלצירן הײַנט מיט זייער אָפּשטאַם, כאָטש פֿאַקטיש האָבן זיי אַ קליינעם שײַכות צו ייִדישקייט.
אָבער ניט געקוקט אויף דער צענטראַלער ראָלע, וואָס ניו־יאָרק שפּילט אינעם ייִדישן לעבן די לעצטע 130 יאָר, קען מען בדרך־כּלל ניט באַטראַכטן ניו־יאָרק ווי אַ „ייִדישע לאַנדשאַפֿט‟. די שילדן אויף די גאַסן טראָגן, מיט ווייניק אויסנאַמען, גוייִשע נעמען; די בנינים, די דענקמעלער, די אַרכיטעקטור פֿון דער שטאָט האָבן ניט קיין ייִדישן פּרצוף. אין די טענעמענטס פֿון דער אַמאָליקער „איסט סײַד‟, וווּ פֿריִער האָבן געוווינט ייִדן, וווינען הײַנט כינעזער, און דעם נאָרמאַלן פֿאַרבײַגייער וואָלט קיין מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָס אָרט האָט אַ ייִדישע געשיכטע.
אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געווען אַ באַוועגונג, וואָס האָט געהייסן לאַנד־קענטעניש, מיטן ציל צו באַקענען די ייִדן מיט זייער סבֿיבֿה, מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער לאַנדשאַפֿט, וווּ זיי האָבן געוווינט אין משך פֿון הונדערטער יאָר. אין דעם האָט געשפּילט אַ ראָלע די אידעאָלאָגיע פֿון „דאָיִקייט‟ — אַז ייִדן געהערן צו דעם אָרט, וווּ זיי וווינען, אַז פּוילן און ליטע און רומעניע קענען אויך זײַן, אין אַ געוויסן זינען, אַ ייִדישע נאַציאָנאַלע היים.
אַזאַ מין לאַנד־קענטעניש איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין מדינת־ישׂראל, אויך צוליב אידעאָלאָגישע סיבות: צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג פֿון די ישׂראלים מיטן לאַנד, וווּ ס’רובֿ אָבֿות זייערע האָבן ניט געוווינט צוויי טויזנט יאָר. די אַלע שפּאַצירן אויף דער נאַטור, אין די מדבריות, טראָגן אין זיך אַ ציוניסטישן אַרגומענט: „דאָס לאַנד איז אונדזערס (און ניט זייערס)‟. וועגן דעם קען מען האָבן פּאָליטישע טענות, אָבער דער פֿאַקט איז, אַז דאָס לאַנד־קענטעניש פֿאַרבינדט דעם מענטש מיטן אָרט, וווּ ער וווינט, אויף אַ געזונטן אופֿן, וואָס איז אונדז פֿרעמד אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.