דעם פֿערטן יולי האָט דער אַדמיניסטראַטיווער טריבונאַל אין מאָנטראָיִל אַנולירט דעם באַשלוס פֿונעם שטאָט־ראַט פֿון באַניאָלע צו געבן אַן אויסצייכענונג פֿון כּבֿוד־בירגער דעם געוועזענעם טעראָריסט דזשאָרדזש איבראַהים אַבדאַלאַ.
אַבדאַלאַ איז אַ לבֿנונישער פּאָליטישער אַקטיוויסט, און דער גרינדער פֿון דער פּראָ־פּאַלעסטינער טעראָטיסטן־גרופּע FARL, וואָס האָט אין 1982 דערמאָרדעט אין פּאַריז דעם ישׂראלדיקן דיפּלאָמאַט יעקבֿ בר־סימנטובֿ און צוויי אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטן. אין 1987 האָט אים דאָס פֿראַנצייזישע געריכט פֿאַרמישפּט צו אַ לעבנסלאַנגן תּפֿיסה־טערמין פֿאַרן פּלאַנירן די מאָרדן. עטלעכע חדשים שפּעטער האָט זײַן אַדוואָקאַט, זשאַן־פּאָל מאַזוריער, פּובליקירט אַ בוך, וווּ ער דערציילט, אַז ער האָט אין דער אמתן געמסרט זײַן קליענט די פֿראַנצייזישע געהיימע דינסטן. דערנאָך האָט אַבדאַלאַ גענומען, ווי אַן אַדוואָקאַט, דעם פֿאַרנאַנטן זשאַק ווערזע, וואָס האָט צווישן אַנדערע אויך רעפּרעזענטירט קלאַוּס באַרביע „דעם קצבֿ פֿון ליאָן‟, דעם טעראָריסט „קאַרלאָס‟ און דעם געוועזענעם סערבישן פּרעזידענט סלאָבאָדאַן מילאָשעוויטש.
דער איצטיקער באַשלוס פֿון טריבונאַל קומט פֿאָר צום ערשטן מאָל, וואָס דאָס פֿראַנצייזישע געריכט באַשליסט וועגן אַן ענין, וואָס איז, געוויינטלעך, אַ אינעווייניקע שטאָט־זאַך. אין פּרינציפּ קען יעדע שטאָט באַשליסן צו געבן אַזאַ סטאַטוט פֿון כּבֿוד־בירגער צו מענטשן, וואָס מע שאַצט זיי אָפּ. אין די לעצטע יאָרן האָט דזשאָרדזש איבראַהים אַבדאַלאַ באַקומען אַ סך אונטערשטיצונג פֿאַר זײַנע בקשות צו ווערן באַפֿרײַט פֿון תּפֿיסה; ער איז אויך שוין כּמעט באַפֿרײַט געוואָרן מיט עטלעכע חדשים צוריק, אָבער צום סוף, האָט מען אַנולירט דעם באַשלוס אין דער לעצטער מינוט, צוליב אַדמיניסטראַטיווע סיבות. ווי אַ טייל פֿון דער אונטערשטיצונג־קאַמפּאַניע, איז איבראַהים געוואָרן כּבֿוד־בירגער אין צוויי אַנדערע שטעט נאָך פֿאַר באַניאָלע. נאָר דאָס מאָל האָט דער רעפּרעזענטאַטיווער ראַט פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך, דער „קריף‟, באַשלאָסן צו אַפּעלירן קעגן דעם באַשלוס אים צו געבן די אויסצייכענונג, און דאָס געריכט האָט אים טאַקע אַנולירט.
הרבֿ חיים קאָרסיאַ איז אויסדערוויילט געוואָרן ווי פֿראַנקרײַכס הויפּט־רבֿ דורך דער קאָנסיסטאָריע. די וואַלן זענען פֿאָרגעקומען מער ווי אַ יאָר נאָכן פּלאַגיאַט־סקאַנדאַל, וואָס האָט געמאַכט אַ סוף צו דער קאַדענץ פֿון הרבֿ זשיל בערנהײַם ווי הויפּט־רבֿ אין אַפּריל 2013. הרבֿ קאָרסיאַ איז 51 יאָר אַלט, און איז ביז לעצטנס געווען דער aumônier général israélite des armées — דאָס הייסט, דער אָפֿיציעלער רעפּרעזענטאַנט פֿון ייִדן אין דער פֿראַנצייזישער אַרמיי, אַ וויכטיקע פּאָזיציע אין דער רעפּובליק. די קאַדענץ פֿון הויפּט־רבֿ איז אויף זיבן יאָר לאַנג, און ער ווערט אויסדערוויילט דורך די רבנים און אַנדערע קהילה־טוערס. די וואַלן זענען פֿאָרגעקומען אין צוויי שטאַפּלען, אַזוי ווי אין דער ערשטער רונדע זענען געווען אַ סך קאַנדידאַטן. דער צווייטער קאַנדידאַט אין דער צווייטער רונדע איז געווען הרבֿ אָליוויע קויפֿמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער ראַבינישער שול. ביידע קאַנדידאַטן האָבן געלערנט אינעם פֿראַנצויזישן יזראַעליטישן סעמינאַר.
אַכמעד שעכאַב, אַ דעפּוטאַט פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט ספּאָרט־אַקטיוויטעטן, ווערט באַשולדיקט אין דעם, אַז ער האָט געהאַלטן אַנטיסעמיטישע רייד. דער אינצידענט איז געשען בשעת אַ קאָנפֿליקט מיט אַ קאָלעגע, און עס זענען דערבײַ געווען משפּחות מיט קינדער. שעכאַב האָט באַשולדיקט דעם קאָלעגע, וואָס איז אויך פֿון אַראַבישן אָפּשטאַם ווי ער, אַז ער וויל נישט אַרבעטן מיט אים, נאָר מיט אַ געוויסן פֿיליפּ זייטון, וואָס איז אַ ייִד. ער האָט מער ווי איינמאָל איבערגעחזרט, אַז זייטון איז אַ ייִד און אַז ער איז אין כּעס, ווײַל מע וויל ליבערשט אַרבעטן מיט אים, כאָטש ער איז אַ ייִד. די רייד האָבן דערוועקט אַ שטאַרקע קריטיק אין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי און אין דער ייִדישער קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.