די שרײַבערין נאַדין גאָרדימער, אַ געווינערין פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַטור, באַקאַנט פֿאַר אירע כראָניקן פֿונעם דרום־אַפֿריקאַנער אַפּאַרטהײַד, איז געשטאָרבן בײַ 90 יאָר זונטיק, דעם 13טן יולי, בײַ זיך אין דער היים אין יאָהאַנעסבורג. איר משפּחה האָט איבערגעגעבן די פּרטים דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟.
גאָרדימער איז געבוירן געוואָרן אין ספּרינגס, נישט ווײַט פֿון יאָהאַנעסבורג, אינעם יאָר 1923. איר טאַטע איז געווען אַ זייגערמאַכער פֿון ליטע; איר מאַמע, חנה גאָרדימער, איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי פֿון לאָנדאָן. אין איר יוגנט האָט די צוקונפֿטיקע שרײַבערין געפֿירט אַן איזאָלירט לעבן. די קאַטוילישע שול, וווּ זי האָט זיך געלערנט, האָט זיך געפֿונען אין אַ מאָנאַסטיר.
שפּעטער, האָט גאָרדימער זיך געלערנט אינעם וויטוואַטערסראַנדער אוניווערסיטעט. אינעם יאָר 1948 האָט זי זיך באַזעצט אין יאָהאַנעסבורג, וווּ זי האָט געלעבט ביז הײַנט. זי האָט אָנגעהויבן פֿאַרעפֿנטלעכן דערציילונגען און ראָמאַנען אויף ענגליש וועגן די תּושבֿים פֿון איר לאַנד, שוואַרצע און ווײַסע, וועלכע האָבן געקעמפֿט קעגן דעם אַפּאַרטהײַד־רעזשים. אַ צאָל פֿון אירע ווערק זענען געווען פֿאַרבאָטן אין דרום־אַפֿריקע.
ווען די אַפּאַרטהײַד־סיסטעם איז בטל געוואָרן, אינעם יאָר 1991, האָט זי געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר אירע ווערק. ערשט דעמאָלט האָט זי אויסגעזאָגט, אַז זי איז געווען אַ מיטגלידערין פֿונעם „אַפֿריקאַנער נאַציאָנאַלן קאָנגרעס‟ און האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם קאַמף קעגן אַפּאַרטהײַד.
נישט געקוקט אויף דעם פּאָליטישן בײַט אינעם לאַנד, האָט גאָרדינער זיך געהאַלטן ווײַט פֿון דער נײַער דרום־אַפֿריקאַנער רעגירונג, און קריטיקירט זי פֿאַר זייער באַציִונג צו צענזור און פֿאַר דער אומבאַוויליקייט צו פֿאַרשפּרייטן די נײַע רפֿואות קעגן „איידס‟. די שרײַבערין האָט אויך קריטיקירט ישׂראל, אָבער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרגלײַכן די ישׂראלדיקע פּאָליטיק מיט אַפּאַרטהײַד. אירע פּאָזיציעס וועגן ישׂראל זענען געווען איינע פֿון די סיבות, וואָס האָבן גורם געווען דעם שאַרפֿן מחלוקת צווישן דער שרײַבערין און איר ביאָגראַף, ראָנאַלד סורעש ראָבערטס.
גאָרדימער האָט פֿאַראָבֿלט צוויי קינדער: אַ טאָכטער, אָריאַן, פֿון איר ערשטן מאַן, דער ציין־דאָקטער דזשעראָלד גאַווראָן; און אַ זון, היוגאָ, פֿון איר צווייטן מאַן — דער קונסט־הענדלער רײַנהאָלד קאַסירער, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד קיין דרום־אַפֿריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.