אויב מע פֿרעגט בײַ אַ היסטאָריקער, ווען האָט מען געגרינדעט דעם ייִשובֿ עפֿרה (אָפֿראַ), וואָלט ער געענטפֿערט: אין אַפּריל 1975, ווען אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ קהילה אין בעל־חזור, דער העכסטער באַרג אויפֿן מערבֿ־ברעג, וווּ די אַנטלאָפֿענע יאָרדאַנישע אַרמיי האָט געהאַט איבערגעלאָזט אַ האַלב־געבויטע מיליטערישע באַזע.
די הײַנטיקע אײַנוווינער פֿון עפֿרה טענהן אָבער, אַז דער ייִשובֿ שטאַמט פֿון די צײַטן פֿונעם שופֿט יהושע — אַ ייִחוס, וואָס גיט זיי דאָס רעכט און דעם פֿאַרלאַנג דאָרט צו וווינען. אַזוי פֿירט זיך דאָ: די צײַט ווערט באַשטימט לויט דער אידעאָלאָגיע.
בײַ דער גרינדונג אין 1975 האָט שמעון פּערעס, דער דעמאָלטדיקער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער, מסכּים געווען, מע זאָל דאָרט בויען אַ צײַטווײַליקן „אַרבעט־פּלאַץ‟ מיט נישט מער ווי עטלעכע טוץ מענער און פֿרויען.
הײַנט וווינען אין עפֿרה 700 משפּחות — כּמעט 3,300 מענטשן. עס געפֿינען זיך דאָרט אויך עטלעכע שולן, מערק, פֿאַבריקן, אַ סך פּריוואַטע הײַזער און אַן אײַנגענעמע רויִקייט, ווי מע געפֿינט עס אין אַ געוויינטלעכער פֿאָרשטאָט.
זיצדניק אין איינעם פֿון די הײַזער אין עפֿרה, דערלאַנגט מיר די באַלעבאָסטע, רוחי אַבֿיטל, אַ דערפֿרישנדיקע גלאָז קאַלט וואַסער, און זי דערציילט מיר, ווי אַזוי זי האָט זיך באַזעצט אין עפֿרה מיט 27 יאָר צוריק, און דערצויגן פֿינעף קינדער.
„ס׳איז געווען זייער נאַטירלעך צו קומען אַהער,‟ האָט זי דערקלערט. „בײַ אונדז איז דאָס וווינען אין עפֿרה דאָס זעלבע ווי וווינען סתּם אין ישׂראל, ס׳איז אַ טייל פֿון אונדזער תּנכישן היימלאַנד.‟ עפֿרה איז אָבער ווײַט פֿון דער „גרינער ליניע‟, וואָס צייכנט אָפּ די אינטערנאַציאָנאַל אָנערקענטע גרענעץ פֿון מדינת־ישׂראל. נאָך מער — אַ גרויסער טייל פֿון עפֿרה געפֿינט זיך אויף פּריוואַטן אייגנטום, וואָס געהערט צו פּאַלעסטינער.
ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז רוחי אַבֿיטל אָדער אירע שכנים וועלן אַמאָל פֿאַרלאָזן עפֿרה, אָדער די אַנדערע ייִשובֿים, וואָס זענען שוין נענטער צו דער „גרינער ליניע‟, ווי אפֿרת, אריאל אָדער שילה. דאָס זענען נישט אײַנוווינער וואָס זוכן פּשוט ביליקע הײַזער און וואָס וואָלטן מסכּים געווען אויף קאָמפּענסאַציע, טאָמער וועט די רעגירונג זיי הייסן זיך איבערציִען. בײַ זיי איז עס פּראָסט־און־פּשוט אַן אידעאָלאָגישער באַשלוס.
די אַמעריקאַנער הויכע באַאַמטע האַלטן, אַז פּרעמיער בנימין נתניהוס אָנגייענדיקע שטיצע פֿאַר אַזוינע ייִשובֿים, און זײַן גרייטקייט זיי צו פֿאַרגרעסערן, איז די סיבה, פֿאַר וואָס עס האָבן זיך איבערגעריסן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. אַ וואַקסנדיקע צאָל אַמעריקאַנער זאָגן, אַז דאָס פֿאַרגרעסערן די ייִשובֿים שטערט דער זיכערהייט פֿון ישׂראל, און די ישׂראלים אַליין הייבן אָן צו קלערן דאָס זעלביקע, לויט אַן אָקערשטיקער אַנקעטע.
פֿון דעסטוועגן, זענען די קאָלאָניסטן גרייט צו איגנאָרירן די שטעלונגען פֿון אַנדערע — צי דאָס זענען פּאַלעסטינער, אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן אָדער אַפֿילו די ישׂראלדיקע פֿירער. דאָס זענען אָבער נישט קיין אויסטערלישע פֿאַנאַטיקער, וואָס שטעלן זיך דעמאָנסטראַטיוו אין מיטן חבֿרון מיט אַ ביקס אין דער האַנט. פֿאַרקערט, דאָס זענען מענטשן, וואָס זעען אויס און קלינגען „נאָרמאַל‟. זיי טענהן פּשוט, אַז זיי זענען צופֿרידן מיטן סטאַטוס קוואָ, כאָטש עס שטימט בכלל נישט מיט דער רעאַליטעט פֿון די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. וואָס לענגער זיי בלײַבן דאָרט, אַלץ מער אײַנגעפֿונדעוועט ווערן זיי, און אַלץ שווערער ווערט די אַרבעט אויפֿצושטעלן אַ פּאַלעסטינער מלוכה.
און וואָס קלערן די קאָלאָניסטן אַליין וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער מדינה? זינט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זענען איבערגעהאַקט געוואָרן, און זינט דעם אָנהייב פֿונעם איצטיקן קאָנפֿליקט מיט „כאַמאַס‟, גלייבן זיי, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך צו גרינדן אַ פּאַלעסטינער מדינה דאָ; זיי האַלטן, אַז זייער צד וועט מיט דער צײַט מנצח זײַן.
אינעם בוך, The Accidental Empire, פֿון גרשון גורנבערג, איז אין 1968 פֿאָרגעקומען אַ גורלדיקער שמועס צווישן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער לוי אשכּול און דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט לינדאָן דזשאָנסאָן. זיי זענען געזעסן אויף אַ פּריוואַטער זיצונג אויף דזשאָנסאָנס ראַנטש אין טעקסאַס, גערעדט וועגן דער זעקס־טאָגיקער מלחמה מיט אַ האַלב־יאָר פֿריִער, וועגן אַ מעגלעכן וואָפֿן־אָפּמאַך און וועגן דער נײַער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע. האָט דזשאָנסאָן דעמאָלט אַ פֿרעג געטאָן: „זאָג מיר, לוי, וואָס איז דײַן וויזיע פֿאַר ישׂראל?‟
אשכּולס ענטפֿער איז דעמאָלט געווען: „מײַן רעגירונג האָט באַשלאָסן נישט צו באַשליסן.‟
און טאַקע דערפֿאַר האָבן אַנדערע געמאַכט דעם באַשלוס אַנשטאָט זיי — ביזן הײַנטיקן טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.