בוענאָס־אײַרעס: 20 יאָר נאָכן אויפֿרײַס פֿונעם קהילה־בנין

Buenos-Aires: 20 Years after the AMIA Bombing

Getty Images

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 17, 2014, issue of August 15, 2014.

די טעג זײַנען אַלע אונטערנעמונגען געװידמעט די 20 יאָר פֿונעם ברוטאַלן אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער קהילה, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 18טן יולי 1994, און װאָס האָט אָפּגעקאָסט 85 קרבנות און בײַ די 500 פֿאַרװוּנדעטע. אין דעם בנין האָבן אַמטירט די קהילה, די „דאַיאַ‟, די פּאָליטישע רעפּרעזענטאַנץ פֿונעם ייִשובֿ, און דער אַרגענטינער ייִװאָ.

זונטיק, דעם 13טן יולי האָט די פֿאַרשפּרייטסטע אַרגענטינער צײַטונג „קלאַרין‟ אָפּגעגעבן איר סוף־װאָך־בײַלאַגע דעם אַטענטאַט. אויפֿן שער־בלאַט איז געװען דאָס בילד פֿונעם זייגער, װאָס איז געהאָנגען אין לייענזאַל פֿון ייִװאָ, װאָס האָט זיך אָפּגעשטעלט 9,52 — די שעה, װען מען האָט אויפֿגעריסן דעם בנין. דער זייגער געפֿינט זיך איצט אין מוזיי. די אַרטיקלען האָבן אָפּגעשפּיגלט די דערפֿאַרונגען פֿון די לעבנס־געבליבענע 20 יאָר שפּעטער, און אַ היפּש ביסל זײַטלעך — דעם ייִװאָ מיט אינטערװיוען פֿון אסתּר שװאַרץ און אַבֿרהם ליכטענבוים, װאָס האָבן אָנגעפֿירט מיט אַ 800 װאָלונטירער, װאָס האָבן במשך חדשים געאַרבעט בײַם אָפּראַטעװען די אוצרות פֿונעם אַרגענטינער ייִװאָ.

די אַרגענטינער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט, װאָס האָט זיך באַטייליקט אויפֿן װעלט־טורניר אין בראַזיל, האָט זיך פֿאָטאָגראַפֿירט מיטן לאָזונג „20 יאָר — קיין טאָג ניט פֿאַרגעסן. 18טער יולי 1994־2014‟. דאָס בילד איז פֿאַרשפּרייט געװאָרן אומעטום און איז אויפֿגענומען געװאָרן מיט דרך־ארץ פֿון אַלע קרײַזן און מיט דאַנקשאַפֿט פֿון דעם ייִדישן ייִשובֿ אין אַרגענטינע.

אין דעם בוענאָס־אײַרעסער קאַטעדראַל האָט דער אַרציבישאָף מאַריאָ פּאָלי צונויפֿגערופֿן אַ צווישן־רעליגיעזער צערעמאָניע לזכר די אומגעקומענע בעתן אַטענטאַט. באַגלייט פֿונעם רבֿ סערזשיאָ בערמאַן און פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשיידענע גלויבנס האָט מען װײַטער געפֿאָדערט יושר און מען האָט געדאַװנט פֿאַרן שלום אויף דער װעלט, ספּעציעל אין מיטעלן מיזרח. ענלעכע צערעמאָניעס זײַנען דורכגעפֿירט געװאָרן איבערן לאַנד.

די יוגנט האָט אָרגאַניזירט אַ מאַרש איבער די גאַסן פֿון צענטער־שטאָט, מיט פּלאַקאַטן און בילדער פֿון די געפֿאַלענע, װאָס האָט זיך געענדיקט מיט אַ צוזאַמענקום פֿאַר די טירן פֿון דעם קהילה־בנין. אין די רעדעס האָבן די יונגע לײַט זיך געשוווירן נישט צו פֿאַרשװײַגן, קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן און אייביק פֿאָדערן גערעכטיקייט; זיי האָבן דערמאָנט, אַז זיי זײַנען אויפֿגעװאַקסן און דערצויגן געװאָרן מיט 20 יאָר אומגערעכטיקייט און אומבאַשטראָפֿטקייט.

די טעג האָט דער זשורנאַליסט גבֿריאל לעװינאַס פּובליקירט, אַז מצד דער אַרגענטינער פּאָליציי איז גלײַך נאָכן אַטענטאַט אַרײַנגעדרונגען אַ פֿאַרשטעלטער אַגענט אין די קרײַזן פֿון דער ייִדישער אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם ייִשובֿ. ער האָט אַפֿילו אָנגעגעבן זײַן נאָמען, יוסי פּערעז, און געװיזן זײַן אידענטיטעט שײַן. לויט דעם זשורנאַליסט, האָט פּערעז זיך געלערנט העברעיִש און איז אַפֿילו געװאָרן אַקטן־סעקרעטאַר אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע. דער פּראָקוראָר האָט אים גלײַך אַרויסגערופֿן אין געריכט, װוּ ער האָט דערקלערט, אַז אין דעם אינטעליגענץ־סעקטאָר פֿון דער פּאָליציי זײַנען געװען פּלענער פֿונעם קהילה־בנין פֿאַרן אַטענטאַט. דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט דערקלערט, אַז דאָס האָט אַרויסגערופֿן אומרו, אַז דאָס קען אפֿשר פֿירן צו דער לאָקאַלער פֿאַרבינדונג פֿון די באַשולדיקטע איראַנער אינעם אַטענטאַט, און אַז מען פֿאָרשט אויס, צי אַנדערע אַגענטן האָבן זיך אַרײַנגעשמוגלט אין ייִדישע אינסטיטוציעס.

דאָנערשטיק, דעם 17טן יולי איז פֿאָרגעקומען אינעם גרעסטן אָפּערע־ און קאָנצערט־זאַל פֿון דער שטאָט, אין דעם טעאַטער „קאָלאָן‟, אַן אונטערנעמונג, אָרגאַניזירט פֿון משפּחות פֿון די אומגעקומענע, אַ קאַמער־קאָנצערט מיט דער װעלט־באַרימטער אַרגענטינער אָרקעסטער „קאַמעראַטאַ באַרילאָטשע‟. דער ציל איז געװען צו באַערן די 85 קרבנות. דער קאָנצערט האָט געהאַט די שטיצע פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס און פֿאָרגעשטעלט דעם קאָנצערט האָט די זשורנאַליסטין מאַגדאַלענאַ רויִז גיניאַזו. אונטער דער לייטונג פֿון פֿרעדי װאַרעלאַ מאָנטעראָ האָט מען געשפּילט װיװאַלדי, מאָצאַרט, באַך, ברוך, עלגאַר און פּיאַצאָלאַ

איין טעמע װעט אָבער פֿאַרשטערן די הזכּרה פֿון 18טן יולי. די ערשטע יאָרן איז פֿאָרגעקומען איין אַקט פֿאַרן בנין פֿון דער קהילה, װוּ עס האָבן זיך באַטייליקט אַלע פֿאַקטאָרן פֿונעם ייִשובֿ; פֿאָרשטייער פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג פֿלעגן האַלטן אַ װאָרט. מיט דער צײַט האָט זיך אַ טייל פֿון די משפּחות פֿון די קרבנות אָפּגעזונדערט און געשאַפֿן אַן אייגענע אָרגאַניזאַציע, „אַקטיװער זכּרון‟, װײַל זיי זײַנען נישט מסכּים געװען מיט דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק פֿון דער קהילה בײַם מישפּט און זייערע באַציִונגען מיט דער אַרגענטינער רעגירונג. נאָכן אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך פֿון דער איצטיקער רעגירונג מיט איראַן האָט זיך די גרופּע פֿון משפּחה־לײַט װידער געשפּאָלטן און די, װעלכע זײַנען געװען מסכּים מיטן אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך און געשטיצט די אַרגענטינער רעגירונג, האָבן געשאַפֿן אַ נײַע גרופּע „יולי 18‟.

הייסט עס, אַז עס קומען פֿאָר דעם 18טן יולי דרײַ אַקטן אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס: דער אָפֿיציעלער — בײַם בנין פֿון דער קהילה, משפּחות פֿון אומגעקומענע, װאָס זײַנען ניט מסכּים מיט דער רעגירונג — בײַם העכסטן געריכט פֿון דער שטאָט, און די, װעלכע זײַנען מסכּים מיט דער אַרגענטינער פּאָליטיק פֿאַרן פּרעזידענטן־הויז אויפֿן „מײַ־פּלאַץ‟.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.