וואָס טוט מען, ווען די סאָציאַלע מעדיאַ ברענט?

How To Turn Down the Social Media Flame?


פֿון דזשיי מײַקלסאָן (Forward)

Published July 18, 2014, issue of August 15, 2014.

מע וואָלט געקאָנט זאָגן, אַז די סאָציאַלע מעדיאַ ווירקט נישט אויפֿן רעאַלן לעבן. אינעם הײַנטיקן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער איז די מיינונג פֿון דער וועלט בלויז איינע פֿון אַ סך פֿאַקטאָרן — אַ קלייניקייט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער מיליטערישער און פּאָליטישער טאַקטיק. וואָס מע זאָל נישט שרײַבן אויפֿן „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, בלײַבט עס בלויז פּוסטע רייד.

אין דער אמתן איז, אָבער, נישט אַזוי. די פֿרײַנדשאַפֿט־גרופּעס אויף דער אינטערנעץ רעפּרעזענטירן רעאַלע מענטשן, וואָס זענען מסכּים מיט אַ געוויסן קוקווינקל אויף דעם אָדער יענעם ענין. אויב זייער קוקווינקל איז ביז גאָר אַן איינזײַטיקער, איז עס נישט קיין גוטער סימן.

במשך פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, האָב איך געפֿירט אינטערנעץ־דיסקוסיע מיט עטלעכע מענטשן, וואָס קוקן אויפֿן הײַנטיקן מיליטערישן קאָנפֿליקט פֿון היפּוכדיקע שטאַנדפּונקטן: אַ מיליטאַנטישער ציוניסט, מעסיקע שטיצער פֿון דער צווי־מלוכישער לייזונג פֿונעם קאָנפֿליקט, און אַן אַנטי־ציוניסט, וואָס שטיצט דעם אַנטי־ישׂראלדיקן בויקאָט. קיינער פֿון זיי האָט נישט געוואָלט באַטראַכטן די לייד סײַ פֿון די ישׂראלים, סײַ פֿון די פּאַלעסטינער. יעדער פֿון מײַנע מיטשמועסער האָט אויסגעקליבן בלויז איין צד און באַטאָנט, אַז צום צד־שכּנגד ווענדט מען שוין אָן צופֿיל אויפֿמערק.

אויב די פֿאַרמעגלעכע זאָרגלאָזע אַמעריקאַנער קאָנען נישט באַטראַכטן דעם ענין אויף אַ באַלאַנסירטן אופֿן, ווי אַזוי קאָנען מען האָפֿן, אַז די ישׂראלים און פּאַלעסטינער וועלן זיך געבן אַן עצה צו פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן? ביידע צדדים געפֿינען זיך אין אַ טויט־סכּנה, ווען איך זיץ בײַ מײַן קאָמפּיוטער אין ברוקלין.

די שטיצער פֿון ביידע צדדים באַנוצן זיך ממש מיט דער זעלבער לאָגיק. מײַן אַנטי־ציוניסטישער חבֿר האָט געטענהט, אַז די מעדיאַ שטיצט בלויז ישׂראל; מײַנע מעסיקע ציוניסטישע פֿרײַנד האַלטן פֿאַרקערט, אַז די מעדיאַ זאָרגט זיך בלויז וועגן עזה. אַלע באַטאָנען, אַז מע טאָר נישט פֿאַרגלײַכן ביידע צדדים, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. ווען מײַן פּראָ־פּאַלעסטינער חבֿר האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די בילדער פֿון די באָמבאַרדירטע שפּיטעלער און שולן אין עזה, האָט מײַן פּראָ־ישׂראלדיקער פֿרײַנד מפֿרסם געווען אַ פֿלוג־בלעטל וועגן דעם גרויסע טירחות פֿונעם ראַטעווען די ישׂראלים פֿון די ראַקעטן.

אין דער אמתן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען ענטפֿערן אויף אַ סך קשיאות וועגן ביידע צדדים. למשל, איז ישׂראל אַן אַפּאַרטהײַד־מלוכה? לאַוו־דווקא, ווײַל אַחוץ די סאַמע רעכטע פּאַרטייען, וויל די ישׂראלדיקע רעגירונג פּטור ווערן פֿון דער אָקופּאַציע. געזעצלעך, האָבן די אַראַבישע בירגער פֿון ישׂראל די זעלבע רעכט, הגם למעשׂה ווערן זיי דיסקרימינירט. דערצו, האָבן די ישׂראלים טאַקע גוטע סיבות זיך צו זאָרגן וועגן זיכערהייט; דער אָקופּירטער שׂונא באַשיסט זיי דאָך מיט די ראַקעטן.

אויב די פּאָלאַריזירטע סאָציאַלע מעדיאַ דערציילט אָדער וועגן די שוידערלעכע חטאָים פֿונעם ציוניסטישן קאָלאָניאַליזם, אָדער רעפּרעזענטירט די רעכטע ייִדישע אינסטיטוציעס, וואָס שטיצן די ייִשובֿים, איז נישטאָ וואָס צו באַטראַכטן אויפֿן „פֿייסבוק‟. כּל־זמן מע האַלט אין ריינוואַשן בלויז איין זײַט מיט דער הילף פֿון גוזמאדיקע לאָזונגען, קאָן מען נישט אַנאַליזירן דעם מצבֿ, ווי געהעריק. דער ווילדער פּלאַקאַט פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, וווּ עזה ווערט געשילדערט אויפֿן שטח פֿון ניו־דזשערזי, איז פּונקט אַזוי נאַריש, ווי צו שילדערן צה״ל ווי אַ טעראָריסטישער גענאָציד־כּוח.

אַזעלכע איין־זײַטיקע היפּוכדיקע אויסדרוקן קאָנען משפּיע זײַן אויף געוויסע שיכטן מענטשן, ווי אַן עפֿעקטיווע פּראָפּאַגאַנדע, אָבער זענען ווײַט פֿונעם שׂכלדיקן אַנאַליז. הרבֿ יהודה קורצער, דער פּרעזידענט פֿונעם „שלום האַרטמאַן אינסטיטוט‟, האָט פֿאָרגעלייגט דורכצופֿירן אַן „אינטערנעץ־תּענית‟, אין שײַכות מיטן עכטן תּענית פֿון י״ז־תּמוז — צו בלײַבן שטיל אויף דער אינטערנעץ במשך פֿון 24 שעה. איך וואָלט פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער עצה — אַרויסשטעלן אויף דער אינטערנעץ גלאַט־כּשרע „מאכלים‟, מיט אַ גוטן און קלאָרן אַנאַליז, נעמענדיק אין באַטראַכט ביידע צדדים. עס קאָן זײַן, אַז אַזאַ צוגאַנג צו דער סאָציאַלער מעדיאַ וועט אַמאָל קאָנען ראַטעווען רעאַלע מענטשלעכע לעבנס.

איך וואָלט פֿאָרגעלייגט עטלעכע פּשוטע עצות, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט מאַכן אונדזערע אינטערנעץ־שמועסן „כּשרער‟. אויב איך ווייס, אַז מײַנע קאָמענטאַרן וועלן אָנצינדן אַ „פֿײַער‟, איז נישט כּדאַי מיט זיי אָנצוהייבן. אויב איך בין אויפֿגעבראַכט, קען איך, מסתּמא, נישט טראַכט אָביעקטיוו. אויב איך וויל שרײַבן, אַז דער צד־שכּנגד איז סתּם שלעכט, פֿאַרגעס איך, אַז די מעשׂה איז מער קאָמפּליצירט. יאָ, אַ סך פּאַלעסטינער זענען געווען צופֿרידן מיט דער פֿאַרכאַפּונג פֿון די ישיבֿה־בחורים. אָבער זיי לעבן שוין 66 יאָר אָן אַן אייגן לאַנד און 47 יאָר אונטער דער מיליטערישער אָקופּאַציע, נישט האָבנדיק קיין יסודותדיקע בירגערלעכע רעכט. אַזאַ מצבֿ ווירקט אויף די מיינונגען פֿון מענטשן. מע דאַרף געדענקען, אַז די וועלט איז נישט בלויז שוואַרץ און ווײַס.