די יבשה־אָפּעראַציע ווערט פֿאַרברייטערט

Bibi Widens Ground Assault

Getty Images

פֿון רויטערס

Published July 18, 2014, issue of August 15, 2014.

פֿרײַטיק, דעם 18טן יולי, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי ממשיך געווען די יבשה־אָפּעראַציע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ טאָג פֿריִער. דאָנערשטיק, האָבן די אַרמיי־קוואַלן איבערגעגעבן, אַז דער ציל פֿון דער אָפּעראַציע איז צו צעשטערן צען טונעלן, וואָס ווערן אויסגענוצט פֿאַר טעראָריסטישע צוועקן, און אַז דערווײַל פּלאַנירט מען אַרײַנצופֿירן אינעם עזה־פּאַס בלויז טאַנקען. דעם צווייטן טאָג האָבן זיך באַטייליקט יבשה־ און ים־אַרטילעריע. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט געוואָרנט, אַז מע וועט, מעגלעך, „מערקווירדיק פֿאַרברייטן‟ די אָפּעראַציע.

די פּאַלעסטינער מעדיצינישע אינסטאַנצן האָבן פֿרײַטיק איבערגעגעבן, אַז זינט דעם אָנהייב פֿון דער ישׂראלדיקער יבשה־אָפּעראַציע זענען אומגעקומען, לויט פֿאַרשיידענע קוואַלן, ביז 38 תּושבֿים פֿון עזה־פּאַס, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל קינדער און אַ 70־יאָריקע פֿרוי. די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט געמאָלדן, אַז מע האָט דערהרגעט 17 פּאַלעסטינער מיליטאַנטן און אַרעסטירט נאָך 13. איין ישׂראלדיקער מיליטערמאַן, סערזשאַנט איתן ברק, איז אומגעקומען און עטלעכע זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. צה״ל האָט אַטאַקירט 150 אָביעקטן, אַרײַנגערעכנט פֿיר טונעלן און 21 באַהאַלטענע ראַקעט־אויסשטאַטונגען.

די יבשה־אָפּעראַציע האָט זיך אָנגעהויבן נאָך 10 טעג אינטענסיווע ישׂראלדיקע באָמבאַרדירונגען פֿון עזה און הונדערטער ראַקעט־אַטאַקן מצד „כאַמאַס‟. דער עגיפּטישער רעגירונג האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו דערגרייכן אַ שטילשטאַנד. פֿרײַטיק, איז דער דרומדיקער טייל פֿון ישׂראל ווײַטער באַשאָסן געוואָרן מיט ראַקעטן; קיינער האָט נישט געליטן, אַ דאַנק דער ישׂראלדיקער שוץ־סיסטעם „כּפּת־ברזל‟.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט דערקלערט די זשורנאַליסטן בעת אַ ספּעציעלער סעסיע פֿונעם מיניסטאָרן־קאַבינעט בײַם מיליטערישן הויפּט־שטאַב אין תּל־אָבֿיבֿער, אַז לכתּחילה האָט ער געוואָלט אויסמײַדן די מיליטערישע אַקציעס אויף דער יבשה. צוליב דער עסקאַלאַציע פֿונעם קאָנפֿליקט, האָט ער אָבער געמוזט אַרײַנפֿירן די צה״ל־כּוחות אינעם עזה־פּאַס און פּלאַנירט, מעגלעך, צו פֿאַרברייטערן דעם מאַסשטאַב פֿון דער אָפּעראַציע. מע איז חושד, אַז די „כאַמאַס‟־מיליטאַנטן וועלן פּרוּוון אַרײַנצודרינגען אויף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע דורך געהיימע טונעלן; דאָנערשטיק האָט מען געכאַפּט 13 באַוואָפֿנטע לײַט פֿון עזה, וועלכע האָבן זיך באַוויזן נישט ווײַט פֿון אַ ישׂראלדיקן קיבוץ.

כּדי צו פֿאַרשטאַרקן דעם מיליטערישן כּוח, האָט צה״ל איבערגעגעבן, אַז מע קלײַבט זיך אַרײַנצוברענגען אין דער אַרמיי ביז 18,000 רעזערוויסטן. דער וואָרטזאָגער פֿון „כאַמאַס, סאַמי אַבו זוכרי, האָט געמאָלדן, אַז „נתניהו וועט באַצאָלן אַ טײַערן פּרײַז פֿאַרן אומברענגען אונדזערע קינדער‟, און אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי וועט נישט קאָנען אָפּשטעלן די פּאַלעסטינער קעמפֿער.

בסך־הכּל, זענען 260 פּאַלעסטינער, על־פּי־רובֿ ציווילע מענטשן, אומגעקומען זינט דעם אָנהייב פֿונעם הײַנטיקן קאָנפֿליקט. פֿרײַטיק, האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟ דורכגעפֿירט אַ ספּעציעלע זיצונג, כּדי צו באַטראַכטן די סיטואַציע. דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַן קי־מון, האָט גערופֿן ישׂראל זיך אויפֿצופֿירן מער פֿאָרזיכטיק, כּדי אויסצומײַדן די ציווילע פּאַלעסטינער קרבנות.

אַנגעלאַ מערקעל, די דײַטשישע קאַנצלערין, האָט באַטאָנט, אַז איר רעגירונג שטיצט ישׂראל, אָבער האָפֿט, אַז ביידע צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט וועלן זיך געבן אַן עצה צו דערגרייכן אַ פּשרה.