די יבשה־סטאַדיע פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע „פֿעסטער פֿעלדז‟ האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ צאָל וויכטיקע קשיות; דער עיקר — צי האָט ישׂראל געוווּסט ווי גרויס און צעצווײַגט איז דער טעראָריסטישער טונעלן־פּראָיעקט פֿון „כאַמאַס‟?
אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין „אַל־מאָניטאָר‟ די וואָך, איז דער מחבר, שלומי אלדר, זיך משער, אַז צה״ל האָט טאַקע נישט געוווּסט וויפֿל „כאַמאַס‟ האָט אינוועסטירט אין דער אונטערערדישער אינפֿראַסטרוקטור. ווען די ישׂראלדיקע יבשה־כּוחות זענען אַרײַן אין עזה, איז ערשט קלאָר געוואָרן, אַז די טעראָריסטישע טונעלן קאָנען באַדראָען די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג נאָך מער ווי די „כאַמאַס‟־ראַקעטן, ווײַל די „אײַזערנע קופּאָל־סיסטעם‟ איז נישט מסוגל צו באַשיצן דעם עולם פֿון טעראָריסטן, וועלכע גנבֿענען זיך אַרײַן אין לאַנד דורך די טונעלן.
בעת אַ פּריוואַטער זיצונג מיט זשורנאַליסטן דעם 19טן יולי האָט אַ קוואַל פֿון צה״ל אַפֿילו דערקלערט, אַז ס׳איז נישט זיכער, צי די אַרמיי וועט אַלע טונעלן קענען געפֿינען — אַ סימן, אַז צה״ל האָט זיך טאַקע נישט געריכט, ווי גרויס איז דער פֿאַרנעם פֿון די טונעלן, וואָס „כאַמאַס‟ האָט געבויט אויף דער גרענעץ מיט ישׂראל.
ביז איצט האָט צה״ל אַנטדעקט 36 טונעלן, אָבער זיכער זענען דאָ נאָך אַ סך, וואָס די אַרמיי האָט נישט געפֿונען. לויט דער שאַצונג פֿון אַ זיכערהייט־קוואַל, זענען די טונעלן זייער גרויס, און ס׳האָט מסתּמא געדויערט דרײַ יאָר זיי צו פּלאַנירן און צוצוגרייטן. די הוצאָות פֿון אויסגראָבן, פֿאַרפֿעסטיקן און אויפֿהאַלטן די טונעלן באַטרעפֿן אַרום 1 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר יעדן טונעל באַזונדער.
אויפֿצוהאַלטן די טונעלן, מיינט אויך צו באַשיצן זיי פֿון פֿאַרפֿלייצונגען בעת די ווינטערדיקע שטורעמס — נישט קיין גרינגע אַרבעט, נעמענדיק אין באַטראַכט עזהס צעבראָכענע אָפּפֿאַל־סיסטעם. שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט „כאַמאַס‟ — אַ באַוועגונג, וואָס זאָגט כּסדר צו די פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג צו פֿאַרבעסערן זייער לעבן־קוואַליטעט — נישט אינוועסטירן אַפֿילו איין־הונדערטסטל פֿון די טונעל־הוצאָות צו רעמאָנטירן די שרעקלעכע אָפּפֿאַל־סיסטעם?
בסך־הכּל, האָט „כאַמאַס‟ אַנטוויקלט דרײַ מינים טונעל־נעצן: דער ערשטער באַשטייט פֿון הונדערטער „עקאָנאָמישע‟ טונעלן אויף דער גרענעץ מיט עגיפּטן, כּדי אַרײַנצוברענגען סחורה פֿון עגיפּטן קיין עזה. די טונעלן האָבן, אַוודאי, אויך געדינט ווי אַ מיטל אַרײַנצוברענגען געווער, אַרײַנגערעכנט די ריזיקע צאָל ראַקעטן.
די צווייטע טונעל־נעץ, וואָס מע האָט געבויט אונטער די שטעט און פּליטים־לאַגערן, דאַרף באַהאַלטן דעם גרויסן אַרסענאַל. אין דער זעלבער צײַט האָט מען אויך געבויט אַנדערע טונעלן צו באַשיצן די „כאַמאַס‟־פֿירער און זייערע משפּחות. יעדער פֿון די פֿירער — פֿון די נידעריקסטע ביוראָקראַטן ביז די העכסט־ראַנגיקע פֿיגורן — ווייסט גוט דעם מאַרשרוט צו זײַן טונעל. דערצו האָט די הויפּט־פֿירערשאַפֿט איר אייגענעם טונעל, וואָס דינט ווי אַ סטראַטעגיע־צימער בעת אַ מלחמה, אַזוי ווי די איצטיקע מיליטערישע קאַמפּאַניע אין עזה.
די דריטע נעץ באַשטייט פֿון טונעלן אויף דער גרענעץ מיט ישׂראל, כּדי די „כאַמאַס‟־מיליטאַנטן זאָלן קענען אַרײַנדרינגען טיף אויף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע. ביז איצט האָט דער ישׂראלדיקער זיכערהייט־מויער אויף דער גרענעץ מיט עזה גוט באַוואָרנט די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן, אָבער די „כאַמאַס‟־טונעלן, וואָס מע האָט אויסגעגראָבן אונטערן מויער, וועלן דערמעגלעכן נײַע אַטאַקן קעגן ציווילע לײַט.
אין איינקלאַנג מיט דער נײַער טונעלן־אַטאַק־סטראַטעגיע, האָט „כאַמאַס‟ ווידער אויפֿגעלעבט דעם מאָטיוו פֿון „שאַכאַדאַ‟, מאַרטירערשאַפֿט. בעת דער צווייטער אינטיפֿאַדע האָט „כאַמאַס‟ געמוטיקט זעלבסטמערדערישע אַטאַקן קעגן ישׂראל דורכן צוזאָגן די זעלבסטמערדער, אַז זייער אַקציע איז אַ „הייליקע שליחות‟. די מוסולמענישע גײַסטיקע פֿירער האָבן געפּריידיקט די וויכטיקייט פֿון מאַרטירערשאַפֿט, ביז אַ סך פּאַלעסטינער האָבן טאַקע געגלייבט, אַז אַללאַ וויל מע זאָל אים באַערן דורך זעלבסטמערדערישע אַטאַקן אויף ישׂראלים. גלײַכצײַטיק האָט „כאַמאַס‟ צוגעזאָגט געלט און שטיצע פֿאַר די משפּחות פֿון יעדן „מאַרטירער‟ נאָך זײַן טויט.
„כאַמאַס‟ האָט אָבער אויפֿגעהערט פּריידיקן מאַרטירערשאַפֿט נאָך דעם ווי ישׂראל האָט דערהרגעט דעם גרינדער פֿון דער באַוועגונג, אַכמעד יאַסין, אין מאַרץ 2004, און אַ צווייטן „כאַמאַס‟־פֿירער, אַבדעל אַזיז ראַנטיסי, מיט אַ חודש שפּעטער. דאָס וואָרט „שאַכאַדאַ‟ איז פּלוצלינג פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿונעם „כאַמאַס‟־לעקסיקאָן און אַנשטאָט דעם האָט מען אײַנגעפֿירט די ראַקעטן־אַטאַקן. איצט אָבער האָט „כאַמאַס‟ באַנײַט איר פּריידיקונג פֿון זעלבסטמערדערישע אַטאַקן, ווײַל אירע פֿירער ווייסן, אַז ס׳רובֿ מיליטאַנטן, וואָס קריכן אַרויס פֿון די טונעלן אין ישׂראל גופֿא וועלן סײַ־ווי נישט אַרויס קיין לעבעדיקע.
שטעלט זיך די פֿראַגע: וועט די „כאַמאַס‟־פֿירערשאַפֿט קענען איבערצײַגן דעם מיליטערישן פֿליגל פֿון „פֿאַטאַך‟, אויפֿן מערבֿ־ברעג, צו באַנײַען זײַנע טעראָריסטישע אַטאַקן קעגן ישׂראל, אַזוי ווי ער האָט געטאָן אין דער צווייטער אינטיפֿאַדע? דאָס וועט נישט זײַן גרינג, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז דער פֿירער פֿון „פֿאַטאַך‟ איז הײַנט נישט יאַסיר אַראַפֿאַט, נאָר מאַכמוד אַבאַס — בפֿירוש נישט קיין אָנהענגער פֿון „כאַמאַס‟. אָבער כאָטש אַ יד־אַחת צווישן „פֿאַטאַך‟ און „כאַמאַס‟ איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, איז עס פֿאָרט נישט אוממעגלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.