מיט אַ רויִק פּנים, זעט אַנאַטאָלי לאַזאַרענקאָ אויפֿן קאָמפּיוטער, ווי אַן אַלטע פֿרוי פֿון דער שטאָט סלאַוויאַנקס, וווּ עס קומט איצט פֿאָר אַ מלחמה, ליגט צווישן די רעשטלעך פֿונעם צעשטערטן הויז, וווּ ער האָט נישט לאַנג צוריק געוווינט.
אַנאַטאָלי, אַן 8־יאָריק קינד, ווײַזט אָן אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן און דערקלערט, אַז זײַן משפּחה איז אַנטלאָפֿן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש פֿונעם מלחמה־ראַיאָן. ער האָט געוואָלט בלײַבן אין דער היים, כּדי צו שפּילן זיך ווײַטער מיט זײַנע חבֿרים; זײַן מאַמע האָט אָבער באַשלאָסן, אַז כּל־זמן סלאַוויאַנסק ווערט באָמבאַרדירט, וועט די משפּחה וווינען מיט אירע קרובֿים לעבן דניעפּראָפּעטראָווסק, ווײַט פֿון דער סכּנותדיקער קאָנפֿליקט־געגנט.
ליודמילאַ, די מאַמע פֿונעם קינד, האָט דערציילט, אַז אַנאַטאָלי וויינט יעדן טאָג און בעט, אַז מע זאָל זיך שוין אומקערן אַהיים, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די דערמאָנטע עלטערע פֿרוי, וואָס ער האָט זי פּערזענלעך געקענט, איז אומגעקומען בעת אַ באָמבאַרדירונג.
די משפּחה לאַזאַרענקאָ איז איינע צווישן די הונדערטער ייִדישע פּליטים, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם שלאַכט־ראַיאָן, וווּ די פּראָ־רוסישע באַוואָפֿנטע סעפּאַראַטיסטן שלאָגן זיך מיט דער אוקראַיִנישער אַרמיי. אַ טייל סעפּאַראַטיסטן האָבן אויטאָמאַטיש געווער פֿון אַ גרויסן קאַליבער און האַרמאַטן. הונדערטער מענטשן זענען שוין אומגעקומען בעת דעם אָנגייענדיקן קאָנפֿליקט, אַרײַנגערעכנט די פּאַסאַזשירן און דעם עקיפּאַזש פֿונעם מאַלײַזישן עראָפּלאַן. די אַמעריקאַנער און אוקראַיִנישע אינסטאַנצן האַלטן, אַז די סעפּאַראַטיסטן האָבן אים אַראָפּגעשאָסן.
פֿרײַטיק, דעם 18טן יולי, זענען צוויי ייִדן — סוועטלאַנאַ סיטניקאָוואַ און איר טאָכטער, אַנאַ — אומגעקומען בעת אַן אויפֿרײַס אין לוגאַנסק. יונה לײַפֿער, וועלכער פֿירט אָן מיט די אָפּעראַציעס פֿונעם „דזשוינט‟ אין דניעפּראָפּעטראָווסק, האָט דערקלערט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע אַרבעט איצט איבער אַ ספּעציעלער הילפֿס־פּראָגראַם פֿאַר די פּליטים. אַן אַנדער הילפֿס־אָפּעראַציע ווערט צוגעגרייט דורך חב״ד־ליובאַוויטש.
ליודמילאַ לאַזאַרענקאָ און אירע עלטערן, נאַדעזשדאַ און אַלכּסנדר בעלאָוואָל, זענען פֿריִער געווען פּראָ־רוסיש געשטימט. ווען זיי האָבן געזען, אַז די סעפּאַראַטיסטן זאָרגן זיך נישט וועגן דעם לעבן פֿון די ציווילע מענטשן, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז ס׳איז נישט כּדאַי זיי צו שטיצן. נאָכן אַנטלויפֿן פֿונעם ראַיאָן, האָבן זיי זיך דערוווּסט פֿון דער טעלעוויזיע, אַז זייער הויז איז אינגאַנצן צעשטערט געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.