ס׳רובֿ אַוויאַ־קאָמפּאַניעס שאַפֿן אָפּ נסיעות קיין ישׂראל

Most Airlines Cancel Flights to Tel Aviv

די פּאַסאַזשירן אינעם תּל־אָבֿיבֿער עראָפּאָרט קוקן אויפֿן לוח פֿון די אָפּגעשאַפֿענע פֿלוגן.
GIL COHEN MAGEN/AFP/Getty Images
די פּאַסאַזשירן אינעם תּל־אָבֿיבֿער עראָפּאָרט קוקן אויפֿן לוח פֿון די אָפּגעשאַפֿענע פֿלוגן.

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 23, 2014, issue of August 15, 2014.

דינסטיק, דעם 22סטן יולי, האָבן דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, און דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, דערקלערט, אַז די עראָפּלאַן־פֿלוגן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן קיין ישׂראל וועלן אָפּגעשטעלט ווערן צוליב זיכערהייט־סיבות.

דזשען פּסאַקי, די וואָרטזאָגערין פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, האָט דערקלערט, אַז די פֿעדעראַלע אַדמיניסטראַציע פֿון אַוויאַציע האָט גוטגעהייסן אָפּצושטעלן דעם אַוויאַ־פֿאַרקער אויף אַן אומבאַשטימטן טערמין, כּדי צו פֿאַרזיכערן די אַמעריקאַנער פּאַסאַזשירן און עראָפּלאַן־מאַנשאַפֿט. פּסאַקי האָט צוגעגעבן, אַז דאָס איז די איינציקע סיבה פֿונעם באַשלוס. עס קאָן זײַן, אַז די וואָרטזאָגערין האָט דערמיט אָפּגעלייענקט די קלאַנגען, אַז קערי האָט, כּלומרשט, פֿאָרגעלייגט אָפּצושטעלן די לופֿט־נסיעות, כּדי צו צווינגען נתניהו אָנצונעמען זײַן פּלאַן פֿונעם שטילשטאַנד און פֿאַרענדיקן די מלחמה צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟.

די אַמעריקאַנער פֿעדעראַלע אַדמיניסטראַציע פֿון אַוויאַציע האָט געהייסן אָפּצושטעלן די לופֿט־נסיעות נאָך דעם, ווי אַ ראַקעט פֿון עזה־פּאַס האָט צעשטערט אַ הויז אין יהוד — אַ שטעלט, וואָס געפֿינט זיך בערך אַ מײַל פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער עראָפּאָרן אויפֿן נאָמען פֿון בן־גוריון. כּל־זמן דער מצבֿ בלײַבט אומרויִק, טאָרן די אַמעריקאַנער אַוויאַ־קאָמפּאַניעס נישט שיקן קיין עראָפּלאַנען קיין ישׂראל.

די ייִט״אַ האָט איבערגעגעבן, אַז מײַקל בלומבערג, דער געוועזענער מעיאָר פֿון ניו־יאָרק, האָט אָבער קריטיקירט דעם באַשלוס, אָנגערופֿן עס אַ „טעות‟ און בכּיוון געפֿלויגן קיין תּל־אָבֿיבֿ מיט אַן אַנדער אַוויאַ־קאָמפּאַניע, כּדי אַרויסצוּווײַזן זײַן סאָלידאַריטעט מיט ישׂראל. בלומבערג האָט געטענהט, אַז די באַגרענעצונגען פֿון לופֿט־פֿליִען זעען אויס ווי אַ נצחון פֿון „כאַמאַס‟.

ירדן אַמרון האָט דינסטיק פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אינעם Forward, אין וועלכן זי טענהט, אַז צוליב דעם, וואָס ס׳רובֿ אַוויאַ־ליניעס האָבן איצט אָפּגעשטעלט די נסיעות קיין תּל־אָבֿיבֿ, וועט די ישׂראלדיקע טוריסטישע אינדוסטריע לײַדן פֿון גרויסע פֿינאַנציעלע צרות. צוליב דעם באַשלוס פֿון דער אַמעריקאַנער אַוויאַ־אַדמיניסטראַציע, האָבן אַ צאָל גרויסע אייראָפּעיִשע אַוויאַ־קאָמפּאַניעס, אַרײַנגערעכנט די פֿראַנצויזישע Air France, די דײַטשישע Lufthansa און די האָלענדישע KLM, אויך באַשלאָסן אָפּצושאַפֿן די פּלאַנירטע נסיעות קיין ישׂראל.

די ישׂראלדיקע טוריסטישע אינדוסטריע האָט שוין געליטן צוליב דעם אומרויִקן מצבֿ אינעם לאַנד. מאַרווין היר, דער גרינדער פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, האָט געזאָגט, אַז די „כאַמאַסניקעס‟ ווייסן גאַנץ גוט, אַז טוריזם פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע, דערפֿאַר האָבן זיי בכּיוון אַרויסגעלאָזט ראַקעטן אויף דעם פֿלי־פֿעלד אין תּל־אָבֿיבֿ.

נתניהו האָט געבעטן קערי צו לייזן די סיטואַציע און צו באַנײַען דעם לופֿט־פֿאַרקער, כּדי אויסצומײַדן די עקאָנאָמישע קלעפּ. אַ באַאַמטער פֿונעם ירושלימער האָטעל „מצודת־דוד‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אין יולי איז די צאָל טוריסטן שוין געפֿאַלן אויף 40 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיט די געוויינטלעכע רויִקע זומער־סעזאָנען, ווען טוריסטישע נסיעות קיין ישׂראל זענען באַזונדערס פּאָפּולער.