די וואָך האָבן די פּאָליטישע ווינטן אין דער וועלט אָנגעהויבן בלאָזן אין דער היפּוכדיקער ריכטונג. דאָס איז געשען זונטיק, דעם 20סטן יולי, ווען אַלץ מער שטיצער פֿון ישׂראל, וועלכע האָבן זיך סימפּאַטיש באַצויגן צו דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין עזה, זענען געוואָרן אומצופֿרידן מיט די אַקציעס פֿון צה״ל.
ווען דאָס ישׂראלדיקע מיליטער האָט געענטפֿערט מיט לופֿט־באָמבאַרדירונגען אויף די ראַקעט־אַטאַקן פֿון „כאַמאַס‟, האָבן ס׳רובֿ דרויסנדיקע אָבסערוואַטאָרן געמיינט, אַז דאָס איז אַ באַרעכטיקטע רעאַרציע. הגם, ווי עס טענהן די קריטיקער פֿון דער מלחמה, האָט דער פּאַלעסטינער צד מער געליטן, האָבן די „כאַמאַסניקעס‟ דאָך באַשאָסן אומשולדיקע ציווילע מענטשן, און ישׂראל האָט געוואָלט דאָס בלויז אָפּשטעלן.
אַפֿילו ווען דעם 17טן יולי האָט צה״ל אָנגעהויבן די יבשה־אָפּעראַציע, האָט עס פֿאַר דער אַרומיקער וועלט אויסגעזען גענוג שׂכלדיק. אַ גרופּע טעראָריסטן איז אַרויסגעקראָכן פֿון אַ טונעל אויף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע — אַ סימן, אַז די טעראָריסטישע טונעלן זענען טאַקע אַ רעאַלע סכּנה. לכתּחילה, האָבן די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן געמאָלדן, אַז מע פּלאַנירט בלויז אַ קליינע אָפּעראַציע, כּדי פּטור צו ווערן פֿון דער סכּנותדיקער אונטערערדישער נעץ.
כּמעט אַלע רעגירונגען אין דער וועלט באַציִען זיך גאַנץ נעגאַטיוו צו „כאַמאַס‟, אַרײַנגערעכנט עגיפּטן און די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע. מאַכמוד אַבאַס האָט שאַרף פֿאַרדאַמט די ראַקעטן־אַטאַקן. בלויז איראַן, טערקײַ און קאַטאַר האָבן אָפּגעלייעקנט דעם עגיפּטישן פּאָרלייג צו שליסן אַ שטילשטאַנד דעם 17סטן יולי, הגם קאַטאַר האָט געפּרוּווט צו דערגרייכן דעם זעלבן ציל מיט אַן אייגענער איניציאַטיוו.
די וואָך האָט זיך די סיטואַציע געביטן. גלײַך נאָך שבת, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי דורכגעפֿירט אַ מאַסיוון אַטאַק אויף שעדזשאַיִאַ — אַ געדיכט־באַוווינטער ראַיאָן פֿון עזה, וווּ עס געפֿינען זיך אַ טייל פֿון די „כאַמאַס‟־טונעלן און ראַקעטן־אויסשטאַטונגען. דאָרטן וווינען אָבער אויך צענדליקער טוינזט ציווילע משפּחות. ווי אַ רעזולטאַט, זענען אומגעקומען מער ווי 80 פּאַלעסטינער, אַרײַנגערעכנט בערך 60 ציווילע לײַט. מצד ישׂראל, זענען אומגעקומען 13 סאָלדאַטן פֿון צה״ל.
די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט געגעבן צו וויסן, אַז מע פּלאַנירט ממשיך צו זײַן די מלחמה. דער שוץ־מיניסטער, משה יעלון, האָט זונטיק אינדערפֿרי געזאָגט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַז אויב אַפֿילו מע וועט צעשטערן כּמעט אַלע טונעלן, וועט מען ווײַטער אָנהאַלטן די מלחמה.
די וועלט האָט באַלד אָנגעהויבן קוקן אַנדערש אויפֿן קאָנפֿליקט. די וואָרטזאָגערין כאַנאַן אַשראַווי האָט איבערגעגעבן, אַז די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע קלײַבט זיך צו באַטייליקן אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט. די „אַראַבישע ליגע‟ האָט אָנגערופֿן די שלאַכטן אין שעדזשאַיִאַ אַ „מלחמה־פֿאַרברעכן‟. דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַן קי־מון, האָט עס געשילדערט ווי אַ געפֿערלעכע רציחה, און אַבאַס האָט דערקלערט אַ דרײַ־טאָגיקן טרויער לזכר די אומגעקומענע פּאַלעסטינער.
נאָכן מאָרד פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע ישיבֿה־בחורים און די ראַקעט־אַטאַקן פֿון „כאַמאַס‟, האָט ישׂראל געוווּנען אַ גרויסע סימפּאַטיע איבער דער וועלט. ביזן הײַנטיקן זונטיק, האָבן בלויז די לינקע גרופּעס און מוסולמענער פּראָטעסטירן קעגן דער מלחמה אויף די גאַסן. כּדי אָפּצוהיטן די רעשטלעך פֿון דער דאָזיקער סימפּאַטיע, וואָס צעפֿאַלן זיך איצט פֿאַר אונדזערע אויגן, בלײַבט נאָר איין ברירה — צו שליסן אַ שטילשטאַנד, און וואָס גיכער. וואָס מער פּאַלעסטינער וועלן שטאַרבן פֿון די קוילן, אַלץ מער איזאָלירט וועט ווערן ישׂראל אין דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.