נאָך יאָרן לאַנג פֿון טרענירונג און אַ באַנײַונג פֿון דער זעלבסטמאָרד־סטראַטעגיע, האָבן די „כאַמאַס‟־מיליטאַנטן שוין דערהרגעט אַ סך מער צה״ל־סאָלדאַטן ווי אין די פֿריִערדיקע אָפֿענסיוועס אין עזה.
ישׂראלדיקע קוואַלן זאָגן, אַז „כאַמאַס‟ האָט באַקומען דאָס געווער און די טרענירונג פֿון איראַן און „כעזבאָלאַ‟, און אפֿשר פֿון סיריע אויך.
פֿיר טעג נאָך דעם ווי ישׂראל האָט אָנגעהויבן אַ מעכטיקן יבשה־אַטאַק אויף די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן אין זייער פֿעסטונג אין שעדזשאַיאַ, האָבן די צה״ל־כּוחות נאָך אַלץ נישט באַוויזן אײַנצונעמען דעם ראַיאָן.
אויסניצנדיק אַ ריזיקע נעץ טונעלן, האָבן די „כאַמאַס‟־שאַרפֿצילער נישט איין מאָל איבערראַשט די ישׂראלים מיט זייער שיסערײַ און אויך אויפֿגעריסן זייערע טאַנקען, אַפֿילו אויף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע. בסך־הכּל, האָבן די מיליטאַנטן שוין דערהרגעט 32 ישׂראלדיקע סאָלדאַטן — כּמעט דרײַ מאָל אַזוי פֿיל ווי אינעם קאָנפֿליקט אין 2008־2009.
כּדי איבערצופֿירן דעם קאַמף אין ישׂראל גופֿא (און במילא הרגענען נאָך מער ישׂראלים), האָט „כאַמאַס‟ שוין אַרויסגעשיקט דראָנען, ים־קאָמאַנדעס און טונעל־אָנגריפֿער. אין איין אַרײַנדרינגונג האָבן די מיליטאַנטן זיך באַוויזן אוף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע, אָנגעטאָן אין די ישׂראלדיקע מונדירן. מע האָט אָבער גלײַך דערקענט דעם בלאָף, ווײַל זיי האָבן געהאַלטן „קאַלאַשניקאָוו‟־ביקסן, אַנשטאָט דאָס געוויינטלעכע ישׂראלדיקע געווער — M16ען אָדער „תּבֿור‟־ביקסן.
„די מיליטאַנטן האָבן שוין אויסגעפּרוּווט פֿאַרשידענע מיטלען אומצוברענגען די צה״ל־כּוחות: ראַקעטן, לאָקערן, אַפֿילו אַרויסשיקן אייזלען און הינט אויסגעשטאַט מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַל,‟ האָט דערקלערט אַ צה״ל־אָפֿיציר, וועלכער האָט געבעטן בלײַבן אַנאָנים. „מיר האָפֿן, אַז אויב מיר וועלן קענען מנצח זײַן אין זייער פֿעסטונג, שעדזשאַיאַ, וועלן זיי שוין אַליין פֿאַרשטיין, אַז מיר זענען פֿעסט אין אונדזער מיסיע. ס׳איז אָבער נישט צום גלייבן ווי זיי האָבן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע אַכט יאָר אויסגעבויט אַ גאַנצן אונטערגרונט אין עזה.‟
דאָס קעמפֿן אונטער דער ערד קאָן נאָך ווערן „כאַמאַס‟ס גרעסטער כּוח, האָט באַמערקט אהוד יערי, אַ ישׂראלדיקער אַנאַליטיקער פֿון מיליטערישע ענינים, כאָטש גלײַכצײַטיק וועלן זיי צוליב די טונעלן אפֿשר גיכער מסכּים זײַן אויף אַ פֿײַער־איבעררײַס. „נאָכן אָפּגעבן אַזוי פֿיל יאָרן און אפֿשר הונדערטער מיליאָנען דאָלאַרן צו בויען די טונעלן, וועט ׳כאַמאַס׳ אפֿשר אין גיכן זײַן גרייט אָפּצושטעלן די קאַמפֿן, איידער ס׳וועט גאָרנישט בלײַבן פֿון די טונעלן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.