די פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה אין בראַזיל האָבן דאָנערשטיק באַצייכנט דעם באַשלוס פֿון דער רעגירונג צוריקצוציִען דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל ווי „אַ פֿאַרטיידיקונג פֿון ׳כאַמאַס׳‟.
די ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע CONIB האָט אַרויסגעלאָזט די דערקלערונג אַ טאָג נאָך דעם ווי בראַזיליע האָט געמאָלדן, אַז זי ציט צוריק איר אַמבאַסאַדאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, הענריק סאַרדינהאַ, ווי אַ פּראָטעסט קעגן די ישׂראלדיקע אַטאַקן אויף „כאַמאַס‟ אין עזה.
CONIB האָט באַטאָנט, אַז דער באַשלוס מצד דער בראַזיליאַנער רעגירונג איז אַ סימן פֿון איר „איין־זײַטיקן צוגאַנג צום קאָנפֿליקט אין עזה, אין וועלכן דער בראַזיליאַנער אויסערן־מיניסטער קריטיקירט ישׂראל, אָבער איגנאָרירט די אַקציעס פֿון דער טעראָריסטישער גרופּע ׳כאַמאַס׳.‟
אין דער דערקלערונג, וואָס בראַזיל האָט אַרויסגעלאָזט מיטוואָך, איז געשטאַנען: „די בראַזיליאַנער רעגירונג האַלט פֿאַר אומדערטרעגלעך די עסקאַלאַציע פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג צווישן ישׂראל און פּאַלעסטינע. מיר פֿאַרדאַמען דעם נישט־פּראָפּאָרציאָנעלן כּוח, וואָס ישׂראל ניצט אויס אין עזה, וואָס האָט גורם געווען אַ גרויסע צאָל ציווילע קרבנות; צווישן זיי — פֿרויען און קינדער.‟
אין דער בראַזיליאַנער דערקלערונג שטייט נישט קיין וואָרט וועגן „כאַמאַס‟ אָדער וועגן אַנדערע אַגרעסיווע אַקציעס מצד די פּאַלעסטינער.
די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אויך אויסגעדריקט איר דערשטוינונג אין דעם באַשלוס.
„דאָס איז, צום באַדויערן, אַ באַווײַז, פֿאַר וואָס בראַזיל — אַ ריזיקער עקאָנאָמישער און קולטורעלער כּוח — איז פֿאַרבליבן אַ ליליפּוט אינעם דיפּלאָמאַטישן זינען,‟ האָט יגאל פּלמור, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, באַמערקט בעת אַן אינטערוויו מיט דער „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟. „דער מאָראַלישער רעלאַטיוויזם פֿון דעם דאָזיקן שריט האָט פֿאַרוואַנדלט בראַזיל אין אַן אומרעלעוואַנטן דיפּלאָמאַטישן פּאַרטנער, וועלכער שאַפֿט מער פּראָבלעמען ווי ער לייזט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.