איך האָב פֿאַרבראַכט דעם סוף-וואָך אין דרום-ענגלאַנד. פֿון אָקספֿאָרד איז עס רעלאַטיוו ניט ווײַט, אַרום 90 מײַל, אַזוי אַז אין אַ גוטער צײַט, דאָס הייסט, אָן אַ געדיכטן פֿאַרקער, קען מען אין משך פֿון אַ פּאָר שעה (און צו מאָל אַפֿילו גיכער) זיך דערקלײַבן צום ים. דאָס מאָל האָבן מיר עס געמאַכט ספּאָנטאַן, ווײַל דער וועטער איז געווען אַ פּרעכטיקער, און דערצו האָבן מיר געהאַט דאָס מזל צו געפֿינען אַ גוטן „בי–ענד-בי‟. די באַלעבאָסטע האָט אונדז געזאָגט, אַז זי האָט אַזוי פֿיל אַרבעט ניט געהאַט זינט יאָר 2006: עס העלפֿט דער וועטער, און אַ פּנים, ניט נאָר דער וועטער. פֿרײַטיק האָט די רעגירונג געלאָזט וויסן, אַז די רעצעסיע האָט זיך אין גרויס-בריטאַניע פֿאַרענדיקט.
דעם זעלבן פֿרײַטיק אויף דער נאַכט האָבן מיר זיך געטראָפֿן אין אַ „פּאָב‟ מיט אונדזערע היגע פֿרײַנד, וועלכע האָבן זיך שוין אויך מיט אַ היפּש ביסל צײַט צוריק באַזעצט אין אָקספֿאָרד. סימפּאַטישע רוסישע מענטשן, וואָס האָבן זיך דאָ גוט אײַנגעאָרדנט. בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מיט ייִדן האָבן זיי ווייניק געהאַט צו טאָן — ביידע זײַנען זיי אויסגעוואַקסן אין אַ „פֿאַרמאַכטער שטאָט‟, וווּ זייערע עלטערן האָבן געאַרבעט אין געהיימע מיליטערישע אונטערנעמונגען. „טעאָרעטיש‟ ווייסן זיי, אַז דער ניטל איז ניט קיין יום-טובֿ פֿאַר אונדז, אָבער סײַ-ווי-סײַ באַקומען מיר יאָר-אײַן יאָר-אויס פֿון זיי אַ קאַרטל מיט ניטל-ווינטשעוואַניעס. אויך איצט האָט די פֿרוי בײַ אונדז געפֿרעגט, צי די חתונה פֿון אונדזער זון איז געווען אין אַ קלויסטער, און האָט מיט אַן אינטערעס, און עפּעס אַ שטיקל חידוש, אויסגעהערט דעם ענטפֿער, אַז קיין גלח איז בײַ אונדז ניט געווען, נאָר ס‘איז געווען אַ רבֿ און אַ חופּה.
מיר טרעפֿן זיך ניט זייער אָפֿט, מיט אַן איבעררײַס פֿון אַ פּאָר חדשים. דאָס לעצטע מאָל, דאַכט זיך, סוף מײַ, ווען מיר זײַנען געפֿאָרן צו זיי אויף אַ וועטשערע, האָט מײַן ווײַב פֿאָרגעלייגט, מיר זאָלן ניט פֿאַרפֿירן קיין שמועס וועגן רוסלאַנד און אוקראַיִנע. מיר האָבן ניט געוווּסט זייער באַציִונג צום ענין, און קריגן זיך האָט זי, פֿאַרשטייט זיך, ניט געוואָלט. דער סוף איז געווען, אַז זיי האָבן אַליין אָנגערירט די טעמע, און עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מיר קוקן אויף די געשעענישן מער אָדער ווייניקער מיט די זעלבע אויגן.
דעם פֿרײַטיק האָבן זיי אויך גענומען רעדן וועגן דעם דאָזיקן ענין, און די באַציִונג זייערע איז שוין געווען אַ ביסל אַן אַנדערע. אין דעם מאָמענט האָב איך בולט דערזען דעם אונטערשייד צווישן אונדז, ניט נאָר אין שײַכות מיטן ניטל צי דעם אופֿן פֿון חתונה מאַכן די קינדער. הגם סײַ זיי, סײַ מיר זײַנען אויסגעוואַקסן אין דער זעלבער מדינה, האָבן מיר גאָר פֿאַרשיידענע פֿאַרבינדונגען מיט רוסלאַנד. פֿאַר זיי בלײַבט עס, פֿון דעסטוועגן, זייער היימלאַנד, בעת פֿאַר אונדז איז עס דאָס לאַנד, וווּ מיר האָבן געהאַט דעם גורל געבוירן צו ווערן. קיין חידוש ניט, אַז עס טוט זיי וויי צו זען, ווי מיאוס זעט הײַנט אויס דער אימאַזש פֿון רוסלאַנד. זיי פֿאַרשטייען זייער גוט, אַז פּוטין און זײַן כּנופֿיא זײַנען שולדיק אין דעם, אָבער אינסטינקטיוו זוכן זיי „דאָס שוואַכע אָרט‟, וווּ די מערבֿדיקע וועלט איז אפֿשר אויך ניט גערעכט.
די רוסישע פֿרוי האָט אונדז געזאָגט, אַז זי האָט שוין עטלעכע מאָל דערפֿילט, ווי אירע קאָלעגן רײַסן איבער זייער שמועס, ווען זי גייט אַרײַן אין דעם צימער, וווּ זיי געפֿינען זיך. בפֿרט נאָך, אַז זי האָט אַ האָלענדישע מיטאַרבעטאָרין, און יענע האַלט, פֿאַרשטייט זיך, אַז רוסלאַנד איז שולדיק אין אומברענגען אירע מיטבירגער. אָבער קיינעם פֿאַלט ניט אײַן (דערווײַל, לכל-הפּחות) זיך טשעפּען צו רוסיש-רעדנדיקע לײַט, זיי צו באַליידיקן צי אַפֿילו שלאָגן.
אַנדערש איז מיט ייִדן. ס‘איז באַוווּסט, אַז באַזונדערס שאַרף איז עס אין פֿראַנקרײַך, אָבער אויך אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער איז אין די לעצטע טעג, בעת דער אָפּעראַציע אין עזה, געשטיגן די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. ענגלאַנד האָט, בדרך-כּלל, אַ בעסערן שם אין דעם זין. קיין חידוש ניט, למשל, אַז טויזנטער פֿראַנצויזישע ייִדן פּעקלען זיך אַריבער אויף דער מערבֿדיקער זײַט פֿון לאַ-מאַנש (אָדער דעם ענגלישן קאַנאַל). אָבער אויך אין ענגלאַנד איז דער מצבֿ געוואָרן ערגער.
אַגרעסיוו געשטימט זײַנען, בדרך-כּלל, די ראַדיקאַלע מוסולמענער, און זיי פֿאַלן, דער עיקר, אָן אויף די ייִדן, וועלכע האָבן — פּאַראַדאָקסאַל — גאָר אַ קנאַפּן שײַכות צו דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין עזה. דאָס זײַנען די חרדים, אָפֿט מאָל די חסידים, וועלכע זײַנען סקעפּטיש צי אַפֿילו נעגאַטיוו געשטימט צו מדינת-ישׂראל, און פֿאַרטײַטשן דעם קאָנפֿליקט ניט אין גאַנצן מאַטעריאַליסטיש: ווי גאָטס שטראָף פֿאַר אונדזערע עבֿירות. אָבער דווקא זיי זײַנען דאָך „אָנזעעוודיקע ייִדן‟, וואָס וואַרפֿן זיך אין די אויגן.
דאָס אָרט, וווּהין מיר פֿאָרן אין דרום-ענגלאַנד, איז באַליבט אויך דורך בריטישע חסידים. שבת זעט מען מענער מיט שטרײַמלעך אויף די קעפּ, באַגלייט מיט זייערע זין אין זײַדענע קאַפּאָטעס, און פֿרויען, פֿאַרפּוצט אויף זייער אופֿן, אַרומגערינגלט מיט קליינע קינדער. קיינער טשעפּעט זיך ניט צו זיי — אַזוי, יעדנפֿאַלס, זעט עס אויס. אַ סבֿרא, אַז די ראַדיקאַלע אַנטיסעמיטן זוכן זייערע „אָנזעעוודיקע‟ קרבנות ערגעץ אין לאָנדאָן, דאָרטן מוזן זיי אויסהאַלטן די אָנפֿאַלן, אָפּקומען פֿאַר אַלע ייִדישע זינד. אָט אַזאַ מאָדנעם עולם-הזה האָט דער אייבערשטער אויסגעמײַסטרעוועט פֿאַר זיי, און בעת-מעשׂה אויך פֿאַר אונדז אַלעמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.