פּראָ־ישׂראל פֿאַרזאַמלונג ציט צו 10,000 ניו־יאָרקער

Pro-Israel Rally Attracts 10,000 New Yorkers

Arkadiy Yagudaev

פֿון האָרץ

Published July 28, 2014, issue of August 15, 2014.

אַ צאָל געזעץ־געבער און ניו־יאָרקער הויכע באַאַמטע האָבן מאָנטיק זיך באַטייליקט אין אַ פּראָ־ישׂראלדיקער מאַניפֿעסטאַציע פֿאַר דער „יו־ען‟, אין צענטער מאַנהעטן, וואָס האָט צוגעצויגן 10,000 מענטשן.

די פֿאַרזאַמלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער ניו־יאָרקער „יו־דזשיי־איי‟ און דעם ניו־יאָרקער ראַט פֿון קהילה־באַציִונגען. אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, פֿון רעפֿאָרם־ ביז אָרטאָדאָקסישע, זענען געווען מיט־ספּאָנסאָרס פֿון דער אונטערנעמונג.

דער רעפּרעזענטאַנט סטיוו איזראַעל האָט געמאָלדן, אַז דעם קומעדיקן שבת וועט ער באַזוכן ישׂראל, כּדי אויסצודריקן סאָלידאַריטעט מיט דער ייִדישער מדינה. „מיר שטייען מיט ישׂראל — נישט בלויז דאָ אין ניו־יאָרק, אָבער אין ישׂראל גופֿא,‟ האָט ער דערקלערט.

איזראַעל האָט צוגעגעבן, אַז דער קאָנגרעס האָט אונטערגעשריבן אַ בריוו צו דער „יו־ען‟, וואָרענענדיק די אינטערנאַציאָנאַלע קערפּערשאַפֿט נישט דורכצופֿירן קיין אויספֿאָרשונג פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה. „אויב איר ווילט אויספֿאָרשן ישׂראל וואָס שייך מעגלעכע מלחמה־פֿאַרברעכנס, פֿאַרגעסט אין דעם, און פֿאָרשט גיכער אויס ׳כאַמאַס׳,‟ האָט ער געזאָגט, אַרויסרופֿנדיק שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן.

סענאַטאָר טשאָק שומער האָט אויסגעדריקט זײַן פֿולשטענדיקע שטיצע פֿאַר דער שטעלונג פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, כאָטש פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט מיט אַ טאָג פֿריִער גערופֿן פֿאַר „אַ תּיכּפֿדיקן פֿײַער־איבעררײַס, אָן שום באַדינגונגען‟.

„מיר טאָרן נישט מאַכן קיין שום איבעררײַס ביז ישׂראל וועט נישט אויסראָטן דאָס געווער און די טונעלן פֿון ׳כאַמאַס׳,‟ האָט שומער אויסגערופֿן.

האַקים דזשעפֿריס, אַ נײַער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קאָנגרעסמאַן, וואָס רעפּרעזענטירט ברוקלין, האָט דערפֿרייט דעם עולם ווען ער האָט דערקלערט: „ישׂראל האָט תּמיד געזיגט, און וועט דאָס מאָל אויך זיגן. לאַנג לעבן זאָל ישׂראל אויף הײַנט, אויף מאָרגן, אויף אייביק!‟