ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

מאַרטאַ װאָלף און איר בוך „דאָס קול פֿון די פֿאַרשװײַגטע‟ (רעכטס); גוסטאַװאָ פּערעדניק און זײַן בוך „זינט אייכמאַנס מישפּט — װעגן נאַציזם, חורבן און באַנאַליזאַציע‟
מאַרטאַ װאָלף און איר בוך „דאָס קול פֿון די פֿאַרשװײַגטע‟ (רעכטס); גוסטאַװאָ פּערעדניק און זײַן בוך „זינט אייכמאַנס מישפּט — װעגן נאַציזם, חורבן און באַנאַליזאַציע‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 31, 2014, issue of August 29, 2014.

פּראָ־ און אַנטי־ישׂראלדיקע אַקציעס

די לעצטע טעג איז די לאַגע אין ישׂראל פֿאַקטיש די װיכטיקסטע טעמע אויפֿן סדר־היום. על סאַלװאַדאָר, פּערו, עקװאַדאָר, טשילע און בראַזיל האָבן אָפּגערופֿן זייערע אַמאַבאַסאַדאָרן אין ישׂראל און פּראָטעסטירט קעגן די ישׂראלדיקע אַקציעס. װענעזועלע און אַרגענטינע האָבן שאַרף קריטיקירט ישׂראל אין דעם צוזאַמענקום פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, װאָס דער „מערקאָסור‟ (דרום־אַמעריקאַנער מאַרק) פֿירט דורך אין קאַראַקאַס, װענעזועלע.

די „דאַיאַ‟ אין בוענאָס־אײַרעס האָט אָפֿיציעל זיך באַקלאָגט פֿאַר דער רעגירונג, פֿאַר דעם העכסטן טריבונאַל און פֿאַר דער פּאָליציי פֿאַר די אַנטיסעמיטישע לאָזונגען פֿון אַרגענטינער פּאָליטיקער און באַאַמטע, פֿאַר די אויפֿשריפֿטן קעגן ישׂראל און ייִדן אין אַ סך שטעט פֿון אַרגענטינע, פֿאַר טעלעפֿאָנישע דראָונגען אויף ייִדישע אינסטיטוציעס, און אַטאַקעס, װאָס רעליגיעזע ייִדן האָבן געליטן אין בוענאָס־אײַרעס. דער פּרעזידענט ד״ר כוליאָ שלאָסער האָט געפֿאָדערט מען זאָל אָנװענדן די געזעצן קעגן דיסקרימינאַציע, און אַז די רעגירונג און די געזעלשאַפֿט זאָל רעאַגירן קעגן אָט די אַטאַקעס. ער האָט אויך צוגעגעבן, אַז „ישׂראל, די ייִדן און די ייִדישע װערטן װערן געלינטשט דורך דער פּרעסע און קאָמוניקאַציע־מיטלען‟.

דאָך האָט די אַרגענטינער פּרעסע געדרוקט אַן אינטערװיו מיטן אַרגענטינער קינדער־דאָקטער מיכאל גלאַטשטיין, 41 יאָר אַלט, װאָס אַרבעט אין דעם תּל־אָבֿיבֿער שפּיטאָל יִחילובֿ, און װאָס באַדינט צענדליקער פּאַלעסטינער קינדער, װאָס קומען פֿון די שטחים צו באַקומען אָנקאָלאָגישע באַהאַנדלונג.

דער פּרעזידענט פֿון דער קהילה אין מאָנטעװידעאָ און אורוגװײַ, סערגיאָ גאָרזי, האָט אויף אַ דידאַקטישן אופֿן אויפֿגעקלערט אויף אַ טעלעװיזיע־פּראָגראַם די געשיכטע פֿונעם קאָנפֿליקט, און װי אַזוי דער מאָדערנער אַנטיסעמיטיזם ניצט אויס דעם קאָנפֿליקט אויף צו באַנײַען זײַנע אַקציעס. צום באַדויערן, קען מען קריגן דעם רעפּאָרטאַזש נאָר אויף שפּאַניש; אָבער אין זײַנע װערטער האָט ער דערמאָנט די ראָלע פֿון דער קירכע אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, און אין די לעצטע יאָרן, װי אַנדערש רעאַגירן די פּרעסע און די פּאָליטישע פֿירער, װאָס שײך ייִדן און ישׂראל; אַז ייִדן װאָלטן באַדאַרפֿט זיך אָנשטרענגען צו געפֿינען אַ לייזונג צום קאָנפֿליקט, װײַל מען װייסט, װאָס איז די לייזונג פֿון „כאַמאַס‟. ער האָט דערמאָנט, אַז װען זײַן טאַטע האָט פֿאַרלאָזט פּוילן פֿאַר דער מלחמה און זיך באַזעצט אין מאָנטעװידעאָ, האָט ער געזען אויפֿשריפֿטן „ייִדן, צוריק קיין פּאַלעסטינע!‟. הײַנט שרײַבט מען אויף די װענט: „ייִדן, אַרויס פֿון פּאַלעסטינע!‟

אויך איבער די גאַסן פֿון מאָנטעװידעאָ האָט מען מאַרשירט און דעמאָנסטרירט פֿאַרן שלום אין מיטעלן מיזרח און פֿאַר די רעכט פֿון ייִדן צו װוינען רויִק און זיכער אין ישׂראל. ענלעכע אַקטן זײַנען פֿאָרגעקומען אין קאָלאָמביע, טשילע, בראַזיל, מעקסיקע און אַפֿילו אין קובאַ.


אַ רונדער טיש, געווידמעט ישׂראל

דינסטיק, דעם 29סטן האָט דער קק״ל אָרגאַניזירט אַ רונדן טיש מיט דער באַטייליקונג פֿון גוסטאַװאָ פּערעדניק, אַ באַקאַנטער אַרגענטינע־ישׂראלדיקער פּראָפֿעסאָר אין ירושלים, און דעם זשורנאַליסט נתן שטיינער, אויף דער טעמע „15 סעקונדעס צו ראַטעװען דאָס לעבן‟. מען האָט באַהאַנדלט די לאַגע פֿון די ישׂראלדיקע אײַנװוינער.


אַ דערמאָנונג וועגן גענאָציד

די שארית־הפּליטה האָט דערמאָנט מיט אַ לעקציע פֿון איר אָנפֿירערין, דיאַנאַ װאַנג, דעם אויסברוך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. זי האָט דערמאָנט אויך דעם גענאָציד פֿון די אַרמענער און די השפּעה פֿון דעם קריג אויפֿן חורבן. די דאַטע דאַרף באַװאָרענען קעגן דיסקרימינאַציע, עװלות, מאָרד און ראַסיזם.


צוויי נײַע ביכער פּרעזענטירט געוואָרן

אין חורבן־מוזיי האָט מען מיטװאָך דעם 30סטן, פּרעזענטירט גוסטאַװאָ פּערעדניקס בוך „זינט אייכמאַנס מישפּט — װעגן נאַציזם, חורבן און באַנאַליזאַציע‟. עס האָבן געהאַלטן אַ װאָרט: דער פּרעזידענט פֿון מוזיי, ליצ׳ קלאַודיאָ אַװרוך, דער אַרגענטינער היסטאָריקער פּאַטשאָ אָ׳דאָנעל און דער מחבר.

מאַרטאַ װאָלף, די אַרגענטינער פֿאָרשערין און זשורנאַליסטין, האָט פּרעזענטירט איר נײַ בוך „דאָס קול פֿון די פֿאַרשװײַגטע‟, װוּ זי דערציילט די אמתע לעבן־געשיכטע פֿון אַ פּאָרל, ער — אַן אָפּשטאַמיקער פֿון מאַפּוטשעס, אַ טשילענער שבֿט און אַן אַדװענטיסט, און זי — אַ ייִדיש מיידל. זי דערציילט וועגן זייער צוזאַמענלעבן, זייערע שװעריקייטן און רעליגיעזע אויפֿפֿירונגען, ביז ער האָט זיך מגייר געװען און געפֿײַערט זײַן בר־מיצװה, װוּ די מחברין באַקומט אַן עליה.


לכּבֿוד ברוך שפּינאָזע

דעם 27סטן יולי 1656 האָט מען אין אַמסטערדאַם אַרײַנגעלייגט אין חרם ברוך שפּינאָזען. ד״ר רפֿאַל װינטער האָט מיט אַ לעקציע אין קהילה דערמאָנט דעם פֿילאָסאָף, זײַנע בײַטראָגן פֿאַר דעם מאָדערנעם געדאַנק, און אים פֿאַרגלײַכט מיט די חסידים, װאָס די ליטװאַקעס האָבן זיי אויך אַרײַנגעװאָרפֿן אין חרם, װײַל דער מענטש טאָלערירט ניט יענע, װאָס טראַכטן אַנדערש, אַפֿילו אין ייִדישקייט.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.