אין אָקטאָבער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט ראַבינער ראובֿן באַרקאַן, דער באַליבטער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער שיל „אַגודת אַחים‟, אין סאַוואַנע, דזשאָרדזשיע, זיך אָפּגעשטעלט אין איינעם פֿון די קלאַסן פֿון דער זונטיק־שול, און געטאָן אַ זאַך, וואָס וועט שפּעטער גורם זײַן אַן איבערקערעניש אין דער קהילה.
זעענדיק, אַז די בערך צען 10־יאָריקע קינדער, ס׳רובֿ פֿון זיי — מיידלעך, שפּרינגען אַרום, האָט ער געפֿרעגט די לערערין, צי ער קען אָנפֿירן מיט אַ תּפֿילה־לעקציע. ער האָט אָנגעטאָן טלית און תּפֿילין, אויסגעלאָשן דאָס ליכט, און אָנגעפֿירט מיט עטלעכע תּפֿילות. ווען ער איז אָנגעקומען צו „מי כּמוך‟, האָט ער דערקלערט די קינדער, אַז עס רעדט זיך וועגן יציאת־מצרים.
„שקלאַפֿערײַ עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג, אַפֿילו קינדער־שקלאַפֿערײַ,‟ האָט ער געזאָגט. „עס זענען דאָ שלעכטע מענער, וואָס ווילן האָבן סעקס מיט קינדער.‟
בעת אַ שפּעטערדיקער אויספֿאָרשונג פֿונעם אינצידענט, האָט די לערערין אין צימער געזאָגט, אַז זי האָט געפּרוּווט פֿאַרקערעווען דעם ראַבינערס שמועס אין אַן אַנדער ריכטונג, אָבער ער האָט זיך געהאַלטן בײַ זײַנעם.
לויט דער לערערינס באַריכט, האָט באַרקאַן דערציילט די תּלמידות וועגן 10־יאָריקע מיידלעך איבער דער וועלט, וואָס ווערן צוגעגנבֿעט פֿון זייערע היימען און מע צווינגט זיי צו האָבן סעקס מיט דערוואַקסענע. ער האָט געזאָגט, אַז אַזאַ זאַך הייסט קינדער־פּראָסטיטוציע, און אַז ס׳איז מיגלדיק, אַז מענטשן וואָלטן געטאָן אַזאַ זאַך צו יונגע מיידלעך. ער האָט אויך געזאָגט, אַז די פֿאַרכאַפּער האָבן געדראָט די משפּחות פֿון די מיידלעך און דערפֿאַר האָבן די מיידלעך געטאָן אַלץ, וואָס די פֿאַרכאַפּער האָבן געהייסן. איין תּלמידה האָט געפֿרעגט, צי אַזאַ זאַך טרעפֿט אויך אין אַמעריקע, און ער האָט געענטפֿערט, אַז יאָ, עס טרעפֿט אַפֿילו אין דזשאָרדזשיע — אין דער שטאָט אַטלאַנטע. צום סוף, האָט ער דערקלערט, אַז ס׳איז דאָ אַן אָרגאַניזאַציע אין אַ שכנותדיקן שטעטל, וואָס קעמפֿט קעגן קינדער־פּראָסטיטוציע, און די קינדער זאָלן רעדן מיט די עלטערן וועגן שטיצן די אָרגאַניזאַציע.
אַ טייל פֿון די תּלמידות האָבן דערציילט זייערע טאַטע־מאַמע וועגן דעם שמועס, און איין פּאָרפֿאָלק האָט תּיכּף געשיקט אַ בריוו דער פֿאַרוואַלטונג פֿון באַרקאַנס שיל.
באַרקאַן און זײַנע פֿאַרטיידיקער זאָגן, אַז ער האָט טאַקע נישט געדאַרפֿט רעדן אויף אַזאַ טעמע מיט די מיידלעך, אָבער זיי באַצייכענען עס ווי אַן אומשולדיקן טעות פֿון אַ מאַן, וואָס זײַן קאַריערע און רעפּוטאַציע ווערט איצט באַדראָט פֿון אַ גרופּע „היסטערישע‟ עלטערן.
באַרקאַן האָט עפֿנטלעך געבעטן מחילה און צוגעזאָגט צו פֿאַרבעסערן זײַנע פּעדאַגאָגישע מיטלען. די פֿאַרוואַלטונג פֿון „אַגודת אַחים‟ איז מסכּים און זאָגט, אַז מע האָט דורכגעפֿירט אַ פֿולשטענדיקע אויספֿאָרשונג פֿונעם אינצידענט און געקומען צום אויספֿיר, אַז באַרקאַן באַטרעפֿט נישט קיין סכּנה פֿאַר קינדער.
געוויסע עלטערן האַלטן אָבער אַנדערש. זעקס משפּחות האָבן זינט דעמאָלט אויפֿגעהערט גיין אין באַרקאַנס שיל און עטלעכע האָבן אַפֿילו צוריקגעצויגן זייער מיטגלידערשאַפֿט. די זונטיקשול — אַ בשותּפֿותדיקע תּלמוד־תּורה פֿון „אַגודת אַחים‟ און דעם אָרטיקן רעפֿאָרם־טעמפּל — האָט אויך געליטן. געוויסע משפּחות לאָזן נישט זייערע קינדער גיין אין שול אין יענע טעג, ווען די קלאַסן טרעפֿן זיך אין „אַגודת אַחים‟. אַן אַנקעטע דורכגעפֿירט פֿון דער שול האָט באַוויזן, אַז 30% פֿון די עלטערן, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער אַנקעטע, האָבן געזאָגט, אַז זיי וועלן נישט פֿאַרשרײַבן זייער קינד אין דער שול, סײַדן מע וועט זיי צוזאָגן, אַז באַרקאַן געפֿינט זיך נישט אינעם בנין אין דער זעלבער צײַט, וואָס די קלאַסן קומען פֿאָר.
באַרקאַן, וועלכער שטאַמט פֿון טוסאָן, אַריזאָנע, איז פֿון אָנהייב אָן געווען אַ באַליבטע פֿיגור אין דער קהילה. ווען איינער פֿון די מתפּללים איז געלעגן קראַנק אין שפּיטאָל, האָט באַרקאַן שבת שפּאַצירט אַהין, אַפֿילו אין די הייסע זומערטעג, מבֿקר־חולה זײַן. איין מאָל, ווען אַ מתפּלל איז געשטאָרבן בעת באַרקאַן איז געווען אויף וואַקאַציע אין אַן אַנדער שטאַט, איז ער גלײַך אַהיימגעפֿאָרן, כּדי דורכצופֿירן די לוויה. „ער איז אַ מענטש,‟ האָט באַמערקט אַ מיטגלידין פֿון דער שיל.
די עלטערן פֿון די מיידלעך, וואָס האָבן געהערט באַרקאַנס „לעקציע‟ אין אָקטאָבער, קענען אים אָבער נישט מוחל זײַן. בעת אַ זיצונג וואָס די שול־דירעקטאָרין, עוואַ לאַקער, האָט אָרגאַניזירט אַ וואָך נאָך דעם אינצידענט, האָבן די עלטערן פֿון די תּלמידות דערציילט, אַז זייערע טעכטער האָבן איצט מורא צו גיין שלאָפֿן, און זיי לײַדן פֿון קאָשמאַרן. זיי האַלטן אין איין פֿרעגן די עלטערן, צי ס׳איז מעגלעך, אַז אַלטע מענער קאָנען זיי צוגנבֿענען אין מיטן דער נאַכט?
געוויסע עלטערן האָבן געזאָגט, אַז זייערע טעכטער האָבן פֿריִער געהאַט דערציילט וועגן אַנדערע אינצידענטן מיט באַרקאַן, וואָס האָבן דעמאָלט נישט אויסגעזען פּראָבלעמאַטיש, אָבער איצט זעען זיי עס אַנדערש. איין מאָל, למשל, בעת באַרקאַן האָט געלערנט דעם קלאַס די ברכות, וואָס מע מאַכט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, אַרײַנגערעכנט דאָס בענטשן די קינדער, האָט באַרקאַן זיך אַראָפּגעלאָזט אויף די קני און געבעטן די מיידלעך צו לייגן זייערע הענט אויף זײַן קאָפּ און אים בענטשן.
אין אַ צווייטן אינצידענט, האָט באַרקאַן געגעבן אַ לעקציע וועגן פֿרויען־רעכט און אין מיטן דערינען אָנגעהויבן רעדן וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג. איין מיידל האָט שפּעטער געפֿרעגט אירע עלטערן: „פֿאַר וואָס רעדן מיר וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין אַ העברעיִש־קלאַס?‟
דגנית רובין, אַ לערערין אין דער זונטיקשול, איז שטאַרק אויפֿגעבראַכט וועגן דעם גאַנצן ענין, בפֿרט ווי אַזוי די שיל פּרוּווט עס צו פֿאַרגלעטן. „ווען באַרקאַן וואָלט געווען אַ לערער, און נישט קיין ראַבינער, וואָלט מען אים זיכער באַזײַטיקט פֿון דער שטעלע,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.