(אַן אַקטועלע רעפּליק)
אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון די ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, דעם 24 יולי, איז דניאל גלאי ווידער געבליבן דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין שוין דאָס דרײַצנטע מאָל. איך וועל ווײַטער ברענגען בלויז עטלעכע סוררעאַליסטישע, קאָן מען זאָגן, מאָמענטן פֿון דער דאָזיקער זיצונג. פֿאַרשטייט זיך, אַז אָן אַ שומר בײַ די טויערן פֿון „בית־לייוויק‟ איז זיך אויך דאָס מאָל נישט באַגאַנגען; חוץ דעם, איז בײַם פּרעזידיום־טיש, לעבן דעם פֿאָרזיצער, געזעסן אַן אַדוואָקאַט, און אַ ווידעאָ־אָפּעראַטאָר האָט די דאָזיקע היסטאָרישע געשעעניש פֿילמירט און פֿאַראייביקט פֿאַר די קומענדיקע דורות ייִדישיסטן.
בײַם טיש זענען געזעסן פֿאַריתומט עטלעכע ייִדישע שרײַבערס, און אַרום זיי האָט גערוישט און געטומלט; אַ קהל פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן קיין שום שײַכות ניט צו דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט זיך געטאָן אויף טיש און אויף בענק. דניאל גלאיס שנור, אַן אָנגעזעענער מיטגליד פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין, וועלכע איז געווען ערגעץ פֿאַרנומען, האָט באַפֿולמעכטיקט גלאיס טאָכטער, פֿאַרשטייט זיך אויך אַ וויכטיקער מיטגליד, אַז זי, די טאָכטער, שוין האָבנדיק צוויי גלאי־שטימען, זאָל אויך שטימען פֿאַר די פֿאָרשלאָגן פֿון דעם דריטן גלאי — זייער טאַטע און שווער. אַ „שרײַבער‟, אַ נײַער מיטגליד פֿונעם פֿאַראיין, אַרײַנגענומען, ווײַזט אויס דערפֿאַר, וואָס זײַן באָבע האָט אַ מאָל גערעדט אויף אַ שיינעם פּאָדאָליער ייִדיש, האָט געשריגן אויף ישׂראל רודניצקי, וועלכער איז שוין אַ 50 יאָר אין דער שרײַבער־אָרגאַניזאַציע; געשריגן אויף אַ מאָסקווער רוסיש: „אידי טי נאַ כ…‟… אויף ריין מאַמע־שלון מיינט עס, געשיקט רודניצקין אויפֿן „פּ…‟.
זעענדיק, ווי עס ווערן געפֿירט די באַהאַנדלונגען, האָבן דעם באַלאַגאַן פֿאַרלאָזט פּראָפֿ‘ אַבֿרהם נאָווערשטערן, דער זשורנאַליסט און שרײַבער יצחק לודען, דער רעדאַקטאָר ישׂראל רודניצקי, די ייִדיש־טוערין בעלאַ בריקס און אויך איך, צוזאַמען מיט זיי. בײַם אַרויסגאַנג האָט מיך געפֿרעגט דער שומר: „זאָג מיר, וואָס קומט דאָ פֿאָר?‟ וואָס האָב איך אים געקאָנט זאָגן? „ס’קומט דאָ פֿאָר אַ פֿאַרס־זאַמלונג!…‟ — איז געווען מײַן ענטפֿער.
אויף אָט דער פֿאַרסזאַמלונג האָט מען אויסגעוויילט אַ פֿאַרס־וואַלטונג, פֿון זיבן מענטשן, צווישן וועלכע מע קאָן אָנציילן צוויי אָדער דרײַ מיט אַ האַלב שרײַבערס. דאָך, איז דער פֿאָרזיצער, אָן שום וואַלן, געבליבן דער זעלבער — דניאל גלאי; געבליבן אויטאָמאַטיש, צוליב אַזאַ מין אויטאָמאַטישער „דעמאָקראַטיע‟, וואָס דויערט שוין אין „בית־לייויק‟ אַ צענדליק יאָרן. אַזוי פֿירט זיך אפֿשר אין צפֿון־קאָרעע, כאָטש פֿאָרמעל, וויילט מען אַפֿילו דאָרטן אויס אַ נײַעם קים איל סונג פֿאַר אַ פֿאָרזיצער פֿון דער קאָרעיִשער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
טראַכטנדיק וועגן די קים איל סונגן, איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ סוררעאַליסטיש־קאָמוניסטישער געדאַנק: קאָן זײַן, אַז אין דער צוקונפֿט, אין 120 יאָר אַרום, זאָל דער ליידיקער קעלער פֿון „בית־לייוויק‟ פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ מאַווזאָליי פֿאַר דעם אייביקן פֿאָרזיצער פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין אין ישׂראל — דניאל גלאי; ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, זײַנעם אַן אַדוואָקאַט, וועלכער וועט אויף יענער וועלט אים זיכער צו נוץ קומען…
אַ שאָד, וואָס אונדזער פּראָמינענטע דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים האָט זיך פֿאַרפּאַטשקעט מיט איר באַטייליקונג אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דעם מאָדנעם פֿאַראיין…
וואָס קאָן מען זאָגן וועגן דעם „נײַעם־אַלטן‟ פֿאָרזיצער? — „חוצפּה אָן גרענעצן, חוצפּה אָן אַ סוף‟. כּדי ניט האָבן צו טאָן מיט גלאיס סטראַפּטשעס־אַדוואָקאַטן, וויל איך באַטאָנען, אַז די ווערטער, געבראַכט פֿריִער, זענען ניט מײַנע. אין יאָר 1996 האָט דער לאַנג־יאָריקער פֿירער פֿון די ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, מרדכי צאַנין, אָפּגעדרוקט אין „די לעצטע נײַעס‟ צוויי אַרטיקלען וועגן דניאל גלאי, וועלכער האָט דעמאָלט זיך געריסן צו ווערן, דורך שטשעראַנסקיס פּאַרטיי, אַ דעפּוטאַט פֿון דער 14ער כּנסת.
די צוויי אַרטיקלען פֿון מ. צאַנין זענען „חוצפּה אָן גרענעצן‟ און „חוצפּה אָן אַ סוף‟. אין ערשטן אַרטיקל גיט צאַנין גלאיען אַן עצה: „…לאָז צו רו די ייִדישע קולטור און זוך אַ קאַריערע אין האַנדלען מיט טאָמאַטן צי מיט אַנדערע ירקות…‟. אין צווייטן אַרטיקל גיט צאַנין אַן עצה גלאיס אַדוואָקאַט: „…זײַט אַזוי גוט און זאָגט אײַער קליענט, דניאל גלאי, אַז ייִדיש איז ניט קיין הפֿקר, און מיר וועלן אים נישט לאָזן פֿאַרשעמען די שפּראַך פֿון מיליאָנען ייִדן, וואָס די נאַציס האָבן אומגעבראַכט…‟
קעמפֿערישער מרדכי צאַנין, צי זעסטו דאָרט, אין עולם־הבא, וואָס עס טוט זיך אויפֿן עולם־הזה, אין דעם פֿאַראיין, מיט וועלכן דו האָסט אַ מאָל אַזוי דערפֿאָלגרײַך אָנגעפֿירט?…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.