דינסטיק אין דער פֿרי האָט זיך אָנגעהויבן אַ דרײַ־טאָגיקער איבעררײַס אין דער מלחמה צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟, נאָך דעם ווי ס׳רובֿ פֿון די צה״ל־כּוחות האָבן זיך שוין געהאַט צוריקגעצויגן פֿון עזה.
פּינקטלעך, וואָס ישׂראל האָט דערווײַל געוווּנען און פֿאַרלוירן אין דער מלחמה אין עזה, וועט מען זיך דערוויסן ערשט שפּעטער. ס׳איז קלאָר, אַז די צה״ל־כּוחות האָבן ממשותדיק אָפּגעשוואַכט „כאַמאַס‟ און שטאַרק צעשטערט עזהס ציווילע אינפֿראַסטרוקטור. דער רעזולטאַט — אַ הומאַניטאַרער קריזיס פֿון 450,000 פּליטים, 1,850 אומגעקומענע און טויזנטער פֿאַרוווּנדיקטע.
אַ דאַנק דעם „אײַזערנעם קופּאָל‟, זענען בלויז דרײַ ישׂראלדיקע ציווילע לײַט אומגעקומען. אַלע טונעלן, וואָס צה״ל האָט געוווּסט וועגן זיי, זענען צעשטערט געוואָרן, אָבער דערבײַ זענען דערהרגעט געוואָרן 64 סאָלדאַטן און אָפֿיצירן.
„כאַמאַס‟ האָט אָבער קיין מפּלה נישט געליטן. די אָרגאַניזאַציע איז ווײַטער פֿאַרבליבן בײַ דער מאַכט און וועט זיכער דינען ווי דער הויפּט־פּאַרטנער אין אַ צוקונפֿטדיקן אָפּמאַך. אויב דער פֿײַער־איבעררײַס וועט טאַקע פֿירן צום אָפּשטעלן די בלאָקאַדע אין עזה, וועט „כאַמאַס‟ אפֿשר קלערן, אַז דער הויכער פּרײַז איז געווען באַרעכטיקט.
די שטימונג הײַנט אין צה״ל און אינעם ברייטן עולם אין ישׂראל איז נישט קיין דערשלאָגענע, אַזוי ווי ס׳איז געווען נאָך דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון. די קאָאָרדינאַציע צווישן די הויכע רעגירונג־באַאַמטע און דעם מיליטער איז דאָס מאָל געווען בעסער. און דאָך, האָט דער מלוכה־קאָנטראָליאָר שוין געמאָלדן, אַז מע וועט דורכפֿירן אַן אויספֿאָרשונג וועגן די טונעלן, און דער „כּנסת־קאָמיטעט פֿון אויסלענדישע ענינים און פֿאַרטיידיקונג‟ האָט צוגעזאָגט אָנצוהייבן זײַן אייגענע אויספֿאָרשונג.
אויב די שלאַכטן וועלן זיך טאַקע ענדיקן די וואָך, וועט מען דאַרפֿן זיך אָפּגעבן מיט עטלעכע וויכטיקע זיכערהייט־ענינים. ערשטנס, וועגן אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע. פֿון איין זײַט, האָבן די אויסשפּיר־אינסטאַנצן, בתוכן דער „שין־בית‟, אַ סך בעסער איבערגעגעבן די אינפֿאָרמאַציע צו די כּוחות אויפֿן פֿראָנט, ווי אין די פֿריִערדיקע אָפּעראַציעס.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די מיליטערישע אויסשפּיר־אינסטאַנצן אָבער נישט גענוג גוט פֿאַרשטאַנען דעם צוגאַנג פֿון „כאַמאַס‟, און טאַקע געווען איבערראַשט, ווען די מיליטאַנטן האָבן געביטן זייער סטראַטעגיע — און בפֿרט, וואָס שייך דער קאָמפּליצירטער טונעל־סיסטעם.
אַ הויכער באַאַמטער אין צה״ל האָט געזאָגט דער מעדיאַ בשעת די קאַמפֿן, אַז מע האָט נאָך מיט אַ יאָר צוריק געגעבן פּרעמיער בנימין נתניהו אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן די טונעלן, און אַ צווייטער אָפֿיציר האָט געזאָגט, אַז צה״ל האָט געוווּסט, אַז „כאַמאַס‟ פּלאַנירט אַ גרויסן אַטאַק אין יולי, ניצנדיק אַ טונעל.
די מיניסטאָרן אינעם זיכערהייט־קאַבינעט זאָגן אָבער, אַז זיי האָבן נישט געוווּסט ווי ערנסט איז די סכּנה פֿון די טונעלן, נישט געקוקט אויף די אָפֿטע דערמאָנונגען פֿונעם מיליטער. וועגן 9 פֿון די 12 טונעלן, וואָס האָבן געפֿירט גלײַך אַרײַן אין דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע, האָט ישׂראל אין גאַנצן נישט געוווּסט. און דערפֿאַר האָט מען אין דער לעצטער מינוט געמוזט טוישן די יבשה־אָפּעראַציע.
און דאָ שטעלט זיך נאָך אַ פֿראַגע: אויב צה״ל האָט געוווּסט, אַז „כאַמאַס‟ פּלאַנירט אַ מלחמה אין עזה אין יולי, פֿאַר וואָס האָט מען אויסגעניצט די גאַנצע אינפֿאַנטעריע צו זוכן, דרײַ וואָכן לאַנג, די דרײַ פֿאַרכאַפּטע בחורים פֿון גוש־עציון? פֿאַר וואָס האָט די רעגירונג אַרעסטירט 500 „כאַמאַס‟־אַקטיווויסטן, אויב זיי האָבן געוווּסט, אַז דאָס וועט נאָך מער צוקוועטשן „כאַמאַס‟ צו דער וואַנט?
וואָס שייך דעם טויט פֿון די 64 סאָלדאַטן, בפֿרט די עליטישע גולני־סאָלדאַטן, דאַרף מען אויספֿאָרשן — פֿאַר וואָס האָט מען אַרײַנגעשיקט די סאָלדאַטן אין עזה, דורך אַלטע M113 שוץ־טראַנספּאָרטירער, וואָס זענען נישט אַזוי שטאַרק באַוואָרנט ווי די נײַערע? אַ צאָל סאָלדאַטן האָבן אויך געטענהט, אַז מע האָט זיי נישט געגעבן גענוג גוף־באַוואָרענונג אָדער אַפֿילו ראַדיאָס.
די אַלע פּרטים ווײַזן אָן, אַז צה״ל דאַרף ערנסט איבערטראַכטן אירע ביז־איצטיקע סטראַטעגיעס. הגם אירע כּוחות זענען טעכנאָלאָגיש זייער אַוואַנסירט, פֿירט דער שׂונא אין גאַנצן אַן אַנדער מין מלחמה. די לופֿט־כּוחות קענען טאַקע טרעפֿן אין זייערע צילן אויף אַ פּינקטלעכן אופֿן, אָבער קעגן „כאַמאַס‟ אָדער „כעזבאָלאַ‟, איז דאָס אפֿשר נישט גענוג, אויב ישׂראל זוכט אַ פֿול־שטענדיקן נצחון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.