במשך פֿונעם לעצטן חודש האָבן מיר געזען אָן אַ שיעור בילדער פֿון צעשטערטע הײַזער; טויטע פּאַלעסטינער קינדער; ישׂראלים, וועלכע פֿאַלן צו דער ערד בעת אַ ראַקעטן־אַטאַק; ישׂראלדיקע מיליטערישע מאַנעווערס, און צה״ל־ווידעאָס פֿון „כאַמאַס‟־מיליטאַנטן, וואָס קריכן אַרויס פֿון טונעלן צו באַפֿאַלן ישׂראלדיקע סאָלדאַטן.
מיר זעען אָפֿיציעלע צה״ל־ווידעאָס, וואָס ווײַזן ווי די „כאַמאַס‟־מיליטאַנטן ניצן אויס שפּיטאָלן, אַמבולאַנסן, מעטשעטן און שולן, כּדי אַרויסצושיקן ראַקעטן אויף ישׂראלדיקע צילן אָדער איבערצופֿירן וואָפֿנס אין אַנדערע ערטער אין עזה. אָבער וווּ זענען די בילדער אַראָפּגענומען פֿון די אומאָפּהענגיקע זשורנאַליסטן אין עזה? דערווײַל האָט מען אין דער מעדיאַ בכלל נישט געזען קיין פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די „כאַמאַס‟־קעמפֿער אין עזה. וווּ זענען די בילדער פֿון מענטשן, וואָס שיסן אַרויס ראַקעטן אויף ישׂראל (שוין מער ווי 2,800 פֿון זיי) און וועלכע אַטאַקירן די ישׂראל־סאָלדאַטן?
אין יעדער אַנדערער מלחמה הײַנט־צו־טאָג — אין סיריע, אוקראַיִנע, איראַק — זעט מען אימאַזשן פֿון ביידע צדדים. פֿאַר וואָס איז עזה אַן אויסנאַם?
ווען מע קוקט איבער, למשל, אַלע רעלעוואַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ וועבזײַט (בסן־הכּל, 37 בילדער), זעט מען נישט קיין איין בילד פֿון אַ „כאַמאַס‟־מיליטאַנט. אײַלין מערפֿי, די וויצע־פּרעזידענטין פֿאַר פֿירמע־קאָמוניקאַציעס, האָט עס דערקלערט אַזוי: „אונדזער פֿאָטאָ־רעדאַקטאָר האָט איבערגעקוקט אַלע אונדזערע בילדער און צווישן די הונדערטער געפֿונען בלויז צוויי נישט־געראָטענע אימאַזשן פֿון דער ווײַטנס, וואָס אונדזער פֿאָטאָגראַף האָט אַראָפּגענומען. ס׳איז זייער שווער צו דערקענען, צי די קעמפֿער זענען טאַקע פֿון ׳כאַמאַס׳, ווײַל זיי טראָגן נישט קיין אוניפֿאָרם. ווי עס איז, האָט אונדזער פֿאָטאָגראַף בכלל נישט געזען קיין איין מענטש מיט אַ ביקס.‟
דאָס זעלביקע זעט מען אויף דער וועבזײַט פֿוןַ דער „על־איי טײַמס‟: נישטאָ קיין איין בילד פֿון אַ „כאַמאַס‟־קעמפֿער.
עס רעדט זיך, אַגבֿ, נישט בלויז וועגן בילדער. אַ פּאַלעסטינער נײַעס־אַגענטור האָט די וואָך איבערגעגעבן, אַז „כאַמאַס‟ האָט אויסגעשאָכטן צענלדיקער פּאַלעסטינער, פֿאַרדעכטיקט אין קאָלאַבאָרירן מיט ישׂראל. ייִט״אַ האָט פּובליקירט די ידיעה, אָבער די אינפֿאָרמאַציע איז בכלל נישט דערמאָנט געוואָרן אין דער הויפּט־שטראָמיקער מעדיאַ.
עס זענען דאָ צוויי מעגלעכע סיבות דערפֿון: אָדער די רעפּאָרטערס און רעדאַקטאָרן זענען פּשוט נישט פֿאַראינטערעסירט אינעם דערציילן וואָס „כאַמאַס‟ טוט אין עזה, אָדער זיי זענען נישט מסוגל עס צו טאָן. מסתּמא, איז עס טאַקע די צווייטע סיבה. די פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע האָט לעצטנס דערציילט, אַז דער „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ קאָרעספּאָנדענט ניק קייסי האָט באַשלאָסן אָפּצומעקן זײַנס אַ „טוויט‟, וווּ ער דערמאָנט, אַז „כאַמאַס‟ ניצט דעם „שיפֿאַ־שפּיטאָל‟ ווי אַ באַזע, דורכצופֿירן אירע אָפּעראַציעס. האָט ער עס אָפּגעמעקט, ווײַל ער האָט דערפֿילט, אַז זײַן לעבן איז אין אַ סכּנה?
אין אַ באַריכט אין Times of Israel פֿאַראַכטאָגן האָט מען געשריבן:
„עטלעכע ישׂראלדיקע הויכע באַאַמטע האָבן איבערגעגעבן, אַז אַ טייל מערבֿדיקע זשורנאַליסטן, וואָס אַרבעטן איצט אין עזה, זענען לעצטנס באַדראָט געוואָרן פֿון ׳כאַמאַס׳ פֿאַר האָבן דאָקומענטירט פֿאַלן ווי די טעראָריסטישע גרופּע האָט פֿאַרמישט ציווילע לײַט אין דער מלחמה קעגן ישׂראל. די ישׂראל־באַאַמטע האָבן אויסגעדריקט כּעס, פֿאַר דעם וואָס געוויסע קוואַלן אין דער אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ קאַפּיטולירן נאָך אַזוינע דראָונגען און שרײַבן בכלל נישט, אַז מע האָט זיי באַדראָט.‟
געוויסע זשורנאַליסטן האָבן יאָ מודה געווען, אַז די דראָונגען פֿון „כאַמאַס‟ שפּילן אַ ראָלע אין דעם ענין. נאָכן פֿאַרלאָזן עזה, האָט דער איטאַליענישער זשורנאַליסט גאַבריעל באַרבאַטי געשריבן דורך „טוויטער‟: „איצט, אַז איך בין אַרויס פֿון עזה, און ווײַט פֿון מעגלעכע נקמה־אַקציעס מצד ׳כאַמאַס׳, קען איך איבערגעבן, אַז דער פֿאַל פֿון די דערהרגעטע קינדער אינעם ׳שאַטי־לאַגער׳ איז געווען צוליב אַ שלעכט־געשאָסענעם ראַקעט פֿון ׳כאַמאַס׳. אַ סימן האָסטו: גלײַך נאָכן אַטאַק זענען די מיליטאַנטן גלײַך געפֿאָרן אין ׳שאַטי׳ און אויסגערייניקט אַלע חורבֿות‟.
דער אַדוואָקאַט סקאָט דזשאָנסאָן האָט די וואָך געשריבן אינעם יוריספּרודענץ־בלאָג Powerline: „ס׳איז קלאָר, אַז רעפּאָרטערס און זייערע מעדיאַ־באַלעבאַטים קאָאָפּערירן מיט ׳כאַמאַס׳ — נישט בלויז, ווײַל זיי דרוקן נישט אָפּ יענע אַרטיקלען, וואָס דינען נישט די אינטערעסן פֿון ׳כאַמאַס, אָבער אויך, ווײַל זיי גיבן נישט צו פֿאַרשטיין וועגן די שווערע באַדינגונגען, וואָס דערלויבן זיי נישט צו באַקומען דעם גאַנצן אמת.‟
אויב די מעדיאַ־קוואַלן דרוקן בכּיוון נישט אָפּ יענע בילדער פֿון „כאַמאַס‟־מיליטאַנטן, וועלכע ניצן אויס די ציווילע לײַט ווי פּאַנצערס, און פֿאַרוואַנדלען שולן און שפּיטאָלן אין אָפּעראַציע־באַזעס, וועלן די לייענער און צוקוקער איבער דער וועלט, אַוודאי, באַטראַכטן די ישׂראלים ווי אַגרעסאָרן, און די פּאַלעסטינער ווי די קרבנות.
אָבער אויב יאָ, הייסט עס, אַז די מעדיאַ גיט די לייענער און צוקוקער בלויז אַ האַלב פֿון דער געשיכטע. און לויט מײַן פֿאַרשטאַנד, איז אַ האַלבער אמת טײַטש אַ גאַנצער ליגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.