ווירטועלע פֿרויען: סעקס און מלחמה

Sex, War, Social Media and the Israeli Imagination

אַ פּראָ־ישׂראלדיק בילד פֿון אַ ווײַבערישער האַנט אויפֿן „פֿייסבוק‟
Facebook
אַ פּראָ־ישׂראלדיק בילד פֿון אַ ווײַבערישער האַנט אויפֿן „פֿייסבוק‟

פֿון גון בן־אַרי (Forward)

Published August 08, 2014, issue of August 29, 2014.

האָפֿנטלעך, וועט די מלחמה אין עזה, באַקאַנט אין ישׂראל ווי „מבֿצע צוק איתן‟ — די אָפּעראַציע „פֿעסטער פֿעלדז‟ — וועט זיך אין גיכן פֿאַרענדיקן. עס קאָן אָבער זײַן, אַז די אַנדערע אָפּעראַציע, דורכגעפֿירט אויפֿן „פֿייסבוק‟ לטובֿת דער ישׂראלדיקער אַרמיי, מיטן נאָמען „מיידלעך האַלטן דעם פֿעלדז פֿעסט‟, וועט מען געדענקען אַפֿילו לענגער, ווי די רעאַלע מיליטערישע אַקציעס.

די דאָזיקע אינטערנעץ־אָפּעראַציע, וועלכע האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון צענדליקער טויזנט מענטשן, דערמאָנט וועגן דער סתּירותדיקער באַציִונג צווישן סעקס און גוואַלד. אַנאָנימע ייִדישע פֿרויען פֿון ישׂראל און אַרום דער וועלט האָבן מפֿרסם געווען זייערע האַלב־ אָדער אינגאַנצן נאַקעטע פֿאָטאָגראַפֿיעס מיט דער אויפֿשריפֿט „איך האָב ליב צה״ל‟. ווען דאָס זײַטל האָט זיך באַוויזן סוף יולי אויפֿן „פֿייסבוק‟, איז עס מאָמענטאַל געוואָרן זייער פּאָפּולער.

דאָס וועבזײַטל האָט עקזיסטירט במשך פֿון פֿיר טעג. שפּעטער האָט מען עס אויסגעמעקט — ווײַזט אויס, צוליב די טענות פֿון אַ סך פֿרויען. די אָריגינעלע אינטערנעץ־קאַמפּאַניע האָט אָבער גורם געווען אַ כוואַליע פֿון אַנדערע ענלעכע פּראָיעקטן — למשל, מצד רוסישע מיידלעך און האָמאָסעקסואַלן. די סאָלדאַטן האָבן איבערגעלאָזט קאָמענטאַרן בעת דער מלחמה און פֿאַרשפּרייט די פֿאָטאָגראַפֿיעס צווישן טויזנטער אינטערנעץ־באַנוצער; אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן האָבן זיי באַגלייט מיט שאַרף נעגאַטיווע באַמערקונגען; די פֿעמיניסטקעס זענען פֿאַר כּעס ממש אַרויס פֿון די כּלים; און די ישׂראלדיקע נײַעס־וועבזײַטן האָבן געשטיצט די סעקסועל־אָנגעלאָדענע איניציאַטיוו מיט פּאַטריאָטישע תּירוצים.

אַ סך פֿרויען האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע נאַקעטע בילדער מיט אויסגעמעקטע אָדער אויסבאַהאַלטענע פּנימער. דאָס איז טאַקע אַ סימן פֿון אַ געוויסן סאָציאַלן פֿענאָמען — דער פּאָליטישער סעקסיזם, וועלכער איז ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע און באַליבטע פֿרויען אין ישׂראל האָבן קריטיקירט די מלחמה פֿאַר די גרויסע ציוועלע קרבנות און באַמערקט, אַז זיי זאָרגן זיך סײַ וועגן די ישׂראלים, סײַ וועגן די פּאַלעסטינער. ווי אַ רעאַקציע, האָבן זיי באַקומען אַ כוואַליע פֿון בפֿירושע העסלעכע דראָונגען. געוויסע פּאַרשוינען האָבן געסטראַשעט זיי צו פֿאַרגוואַלדיקן, צו דערמאָרדן זייערע קינדער אָדער אַרויסוואַרפֿן זיי פֿון דער אַרבעט.

די אַקטריסע אורנה בנאַי איז טאַקע באַזײַטיקט געוואָרן צוליב דעם פֿון אַ רעקלאַמע־קאַמפּאַניע. דעם 18טן יולי האָט זי בפֿרהסיה קריטיקירט נתניהו פֿאַרן דערהרגענען די פּאַלעסטינער פֿרויען און קינדער, צוגעבנדיק, אַז ביידע צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט זענען נאַראָנים. שפּעטער האָט מען זי געצוווּנגען צו אַנטשולדיקן זיך פֿאַר אַזעלכע „אומפּאַטריאָטישע‟ דיבורים.

ס׳איז באַוווּסט, אַז די סעקסועלע און גוואַלד־נטיות זענען טיף פֿאַרבונדן אינעם מענטשלעכן מוח. אין מלחמה־צײַטן, ווען די מלוכישע אַרמייען זענען פֿאַרמישט אין גוואַלד־מעשׂיות, באַווײַזן זיך כוואַליעס פֿון סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס אויף דער אינטערנעץ. פֿאַר דער קאָמפּיוטער־תּקופֿה, האָט דער זעלבער פֿענאָמען עקזיסטירט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין טײַלאַנד זענען אַמאָל געווען ספּעציעלע הײַזלעך פֿאַר אַמעריקאַנער סאָלדאַטן, וווּ זיי האָבן פֿאַרבראַכט מיט זונות, כּדי זיך אָפּצופֿרישן און באַרויִקן.

דער חידוש פֿון דער הײַנטיקער פּראָ־ישׂראלדיקער מיליטערישער עראָטיק באַשטייט אין דעם, וואָס די פּנימער פֿון ס׳רובֿ מיידלעך זענען אויסגעמעקט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך היסטאָרישע מלחמות, ווען די זעלנער האָבן געקעמפֿט אין נאָמען פֿון עפּעס אַ שיינער פּרינצעסין, ווערט די הײַנטיקע מלחמה אין עזה סטימולירט דורך ווירטועלע פֿרויען אָן אַ פּנים, הגם די מענער שאַצן באַזונדערס הויך דווקא די ווײַבערלעכע פּנימער.

פֿאַרוואָס איז דאָס אַזוי? די ייִנגלעך, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין אויסשליסלעך מענערישע שולן, דערציילן, אַז די באַגעגענישן מיטן אַנדערן געשלעכט האָבן זיי דערמעגלעכט צו בײַטן אויף אַ ראַדיקאַלן אופֿן זייער אייגן באַוווּסטזײַן. אינעם פּנים פֿון דער פֿרוי אַנטדעקט דער מאַן אַ פֿריִער אומבאַקאַנטע זײַט פֿון זיך אַליין.

מע קאָן זאָגן, אַז דאָס פּנים פֿון פֿרויען איז דער בעסטער שפּיגל פֿון דער מענערישער פּסיכיק. מיט אַזעלכע אָנפּנימדיקע אינטערנעץ־קאַמפּאַניעס, לויפֿן מיר אַוועק פֿון דער מעגלעכקייט צו קוקן אויף זיך מער קריטיש.