במשך פֿון די לעצטע וואָכן, האָבן אַ סך לייענער נישט באַמערקט צווישן די נײַעס פֿון ישׂראל פֿאַרשיידענע רירנדיקע מעשׂיות, וואָס זענען בטל געוואָרן אין דער כוואַליע פֿון ידיעות וועגן די ראַקעט־אַטאַקן, מיליטערישע אַקציעס און דער שטײַגנדיקער צאָל קרבנות. לאָמיר זיך דערמאָנען עטלעכע פֿון זיי.
אַן אָפֿיציר פֿון צה״ל, אָנגערופֿן אין די נײַעס ווי לייטענאַנט איתן, האָט אַרויסגעוויזן אַן אמתע העלדישקייט, פּרוּוונדיק צו ראַטעווען דעם פֿאַרכאַפּטן לייטענאַנט הדר גאָלדין. איתן האָט נאָכגעיאָגט די פֿאַרכאַפּער איבערן טונעל, וועלכן די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט אינעם זעלבן מאָמענט אָנגעהויבן צעשטערן. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַזאַ אויפֿפֿירונג איז געקומען אין סתּירה מיטן אַרמיי־פּראָטאָקאָל, האָט ער געהאָפֿט צו ראַטעווען דעם פֿאַרכאַפּטן.
דעם אָפֿיציר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַ טייל פֿון גאָלדינס גוף; צוליב דעם און אַ צאָל אַנדערע סימנים, האָט מען באַשטעטיקט, אַז דער פֿאַרכאַפּטער איז טויט. די עלטערן פֿונעם אומגעקומענעם, וועלכע ער האָט באַזוכט, ווען זיי זענען געזעסן שיבֿעה, האָבן וואַרעם באַדאַנקט איתן פֿאַרן פּרוּוון צו ראַטעווען זייער זון, נישט געקוקט אויף דער בפֿירושער טויט־סכּנה.
צוויי אומגעקומענע סאָלדאַטן האָבן זיך געקליבן אין גיכן חתונה צו האָבן. זייערע כּלות זענען געקומען צו די לוויות און געזעסן שׂיבֿעה צוזאַמען מיט די משפּחות. אַ צאָל אַנדערע מיליטער־לײַט האָבן פֿאַראָבֿלט זייערע פֿאַרטרויערטע געליבטע. עליזה לבֿיא, אַ דעפּוטאַטקע פֿון דער פּאַרטיי „יש עתיד‟, האָט גערופֿן דעם שוץ־מיניסטעריום צו העלפֿן די דאָזיקע פֿרויען איבערצולעבן די טראַגעדיע. לבֿיא האָט צוגעגעבן, אַז 27 פֿון די דאָזיקע פֿרויען דינען אַליין אין דער אַרמיי. הדר גאָלדין, דער אומגעקומענער פֿאַרכאַפּטער אָפֿיציר און אַ קרובֿ פֿונעם שוץ־מיניסטער, משה יעלון, האָט אויך פּלאַנירט חתונה צו האָבן.
נישט אַלע רירנדיקע נײַעס האָבן געהאַט צו טאָן מיט טויט און סאָלדאַטן. צוויי אַמעריקאַנער קאָמיקער, אַרי טעמאַן און דעני כּהן, זענען געפֿאָרן קיין ישׂראל בעת דער מלחמה, כּדי דערמוטיקן די תּושבֿים פֿון דרומדיקן ראַיאָן, וועלכע האָבן געמוזט זיך כּסדר אויסבאַהאַלטן פֿון די ראַקעטן אין אַ מקום־מיקלט. אַחוץ דעם, זענען זיי אויפֿגעטראָטן מיט דרײַ בחינמדיקע אויפֿטריטן אין תּל־אָבֿיבֿ, מודיעין און ירושלים, צוזאַמען מיט די אָרטיקע קאָמיקער בעני לאָוויט און יוסי טאַראַבלוס.
„לקט־ישׂראל‟, דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער שפּײַז־באַנק האָט אײַנגעקויפֿט אַ סך שפּײַז־פּראָדוקטן, אויף אַ סומע פֿון עטלעכע הונדערטער טויזנט שקל, אינעם געליטענעם דרומדיקן ראַיאָן פֿונעם לאַנד, כּדי צו העלפֿן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון די דאָרטיקע תּושבֿים. די פּראָדוקטן האָט מען פֿאַרשפּרייט אין די געגנטן אַרום עזה. איינער פֿון די אָנגעזעענע שפּײַז־באַזאָרגער איז געווען שלמה כּהן, דער בעל־הבית פֿון אַ קראָם אין שׂדרות. כּהן איז געבוירן געוואָרן אין מאַראָקאָ און וווינט שוין אין שׂדרות 55 יאָר; ער האָט באַמערקט, אַז קיינמאָל פֿריִער איז זײַן קראָם נישט געווען אין אַזאַ שווערן מצבֿ, ווי בעת דער איצטיקער מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.