ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

די קאָמפּאָזיטאָרין עלענע קאַץ-טשערנין
די קאָמפּאָזיטאָרין עלענע קאַץ-טשערנין

פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 11, 2014, issue of August 29, 2014.

די פֿעדעראַלע רעגירונג וועט נישט אָפּשאַפֿן דאָס ראַסיסטישע געזעץ

די פֿעדעראַלע רעגירונג פֿון לאַנד האָט באַשלאָסן, אַז זי וועט נישט אָפּשאַפֿן אַ טיילן פֿונעם ראַסיסטישן דיסקרימינאַציע־געזעץ, כאָטש זי האָט געפֿאָדערט אַזאַ ענדערונג נאָך פֿון פֿאַר די פֿעדעראַלע פּאַרלאַמענטאַרישע וואַלן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין יאָר 2013. לויטן געזעץ איז פֿאַרווערט „צו באַליידיקן, פֿאַרשעמען אָדער מיאוס צו באַהאַנדלען אַ מענטשן אָדער אַ גרופּע מענטשן צוליב זייער ראַסע, קאָליר אָדער עטנישע אָנגעהעריקייט‟. די דעמאָלטיקע רעגירונג האָט זיך באַנוצט מיטן געזעץ אָנצוקלאָגן דעם חורבן־לייקענער פֿרעדריק טאָבען אין געריכט אין יאָר 2003. דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿון לאַנד, טאָני עבאָט, זאָגט, אַז ער און דער קאַבינעט האָבן באַשלאָסן, אַז דאָס צוריקציִען טיילן פֿונעם געזעץ וואָלט געווען צו קאָמפּליצירט און, אַז אין אַ צײַט, ווען אויסטראַליע ווערט באַדראָט פֿון עקסטרעמיסטן, איז וויכטיק „צו לייגן דעם טראָפּ אויף אַלץ, וואָס פֿאַרבינדט אונדז ווי אויסטראַליער‟. די אויסטראַלישע ייִדישע קהילה איז איינע פֿון די עטנישע גרופּירונגען, וואָס האָט באַקעמפֿט דעם פּרוּוו צו ענדערן דאָס געזעץ, ווײַל דאָס וואָלט דערמוטיקט די ראַסיסטן צו מיינען, אַז דער ראַסיזם ווערט איצט אָנגענומען אין אויסטראַליע.


באַרימטער זשורנאַליסט רעזיגנירט פֿונעם „סידנעי מאָרנינג העראָלד‟

דער באַרימטער אויסטראַלישער זשורנאַליסט מײַק קאַרלטאָן האָט רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט ווי אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג „סידנעי מאָרנינג העראָלד‟ נאָך דעם, ווי ער האָט זיך דערוווּסט, אַז די צײַטונג גייט אים אָפּזאָגן אויף אַ צײַט צוליב דעם, וואָס ער האָט רעאַגירט אויף דער אינטערנעץ אויף נעגאַטיווע רעאַקציעס וועגן זײַן מיינונג-אַרטיקל, פֿאַרבונדן מיט דער לאַגע אין עזה. זײַן רעדאַקטאָר האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער לייענערשאַפֿט און האָט געוואָלט, אַז קאַרלטאָן אַליין זאָל אויך אַנטשולדיקן זיך. דערצו האָט די צײַטונג אַנטשולדיקט זיך פֿאַר אַ קאַריקאַטור, וועלכע זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, וואָס פֿיל ייִדן האַלטן פֿאַר אַנטיסעמיטיש. די צײַטונג זאָגט, אַז ראַסיסטישע אָפּשאַצונג איז נישט געווען איר ציל בײַם דרוקן די קאַריקאַטור.


אָוונט אין אָנדענק פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער

דער ייִדישער „אַרבעטער-בונד‟ אין מעלבורן, זײַן יוגנט-אָרגאָניזאַציע „סקיף‟ און זײַן ייִדישער כאָר אויפֿן נאָמען „מיר קומען אָן‟ האָבן צוגעגרייט אַן אָוונט, אין אָנדענק פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער אין זייער לאָקאַל, „דאָס וואַקס־הויז‟. חבֿרים און חבֿרטעס האָבן פֿאָרגעלייענט און רעציטירט לידער פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער ירושה און ענגלישע נאַראַציעס וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. דער כאָר האָט געזונגען סאָוועטיש-ייִדישע לידער און די יונגע זינגערין דזשעסיקאַ אָסבאָרן האָט געזונגען אַ ליד פֿונעם פּאָעט יוסף קערלער, באַגלייט פֿונעם כאָר־דיריגענט, אירקע (טאָמי) קאַלינסקי.


אָוונט פֿון ייִדישן הומאָר

הינדע בורשטין, ד”ר יאַנקל דעסואַר און אַנדערע האָבן פֿאָרגעלייענט מוסטערן פֿון ייִדישן הומאָר בײַ אַ ספּעציעלן אָוונט אין דער „קדימה‟ אין מעלבורן. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות מיטן קולטור־צענטער און ביבליאָטעק „קדימה‟, דעם ייִדישן „אַרבעטער-בונד‟ און דעם אויסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס בײַם מאָנאַש־אוניווערסיטעט.


מוזיקאַלישער אָוונט אין אָנדענק פֿון ביאַליסטאָקער ייִדנטום

דער קאָמפּאָזיטאָר עלענע קאַץ-טשערנין, וואָס וווינט אין סידנעי, וועט שפּילן איר נײַע קאָמפּאָזיציע „לזכר ביאַליסטאָק‟ פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט צוויי מאָל בײַם מעלבורנער קאָנצערט־צענטער. דאָס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל, וואָס די מוזיקאַלישע ווערק, באַשטעלט פֿון דער לעאָ און מינע פֿינק־פֿונדאַציע, וועט געשפּילט ווערן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט. ביידע פֿינקס זײַנען געווען ביאַליסטאָקער. די אַרבעט ווערט געשפּילט פֿון קאַץ-טשערנין אויפֿן קלאַוויר און נתן וואַקס אויפֿן באַס. וואַקס, וועמענס פֿאָטער איז אַ ביאַליסטאָקער, וועט אויך שפּילן זײַנס אַן אַרבעט, וואָס איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿון ביאַליסטאָק. קאַץ-טשערנין איז געבוירן געוואָרן אין טאַשקענט, אוזבעקיסטאַן. אין אויגוסט 2014 ווערט 71 יאָר נאָכן אויפֿשטאַנד אין ביאַליסטאָקער געטאָ.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.