דעם 11טן אויגוסט איז בײַ 63 יאָר פּלוצעם געשטאָרבן ראָבין וויליאַמס — דער באַרימטער אַמעריקאַנער אַקטיאָר, קאָמיקער, קינאָ־פּראָדוסער און סצענאַריסט. הגם וויליאַמס איז נישט געווען אַ ייִד, האָט די ייִדישע פּרעסע רעאַגירט אויף זײַן טויט מיט אַ גאַנצער ריי אַרטיקלען וועגן זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט ייִדן און ייִדישקייט. ס׳זעט אויס, אַז דער אַקטיאָר האָט זיך גענומען דאָס לעבן, ווי די פּאָליציי איז זיך משער.
אַדאַם לאַנגער, דער קונסט־ און קולטור־רעדאַקטאָר בײַם Forward, האָט דערציילט, אַז ער איז צוערשט געווויר געוואָרן וועגן דעם טראַגישן טויט אויפֿן „פֿייסבוק‟. די, וואָס האָבן אים געקענט, האָבן דערציילט אויף דער אינטערנעץ וועגן זײַן טאַלאַנט און גוטהאַרציקייט. די, וואָס האָבן אים בלויז געזען אויף דער טעלעוויזיע, האָבן אויסגעדריקט זייער טרויער מיט פּערזענלעכע קאָמענטאַרן וועגן זײַנע ווערק.
לאַנגער האָט באַמערקט, אַז וויליאַמס, מיט זײַן אוניקאַלן קאָמעדיע־זשאַנער, באַגרינדעט אויף פֿרײַע אַסאָציאַציעס, האָט משפּיע געווען אויפֿן גײַסט פֿון אונדזער דור. דער קונסט־רעדאַקטאָר האָט זיך דערמאָנט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע קאָמיקער און אַקטיאָרן, געדענקט ער גאַנץ קלאָר, ווען ער האָט צום ערשטן מאָל דערזען וויליאַמסן אויפֿן טעלעוויזאָר. ס׳איז געווען זונטיק בײַנאַכט, בעת אַן אינטערוויו אויפֿן קאַנאַל ABC, אין שײַכות מיט דער נײַער פּראָגראַם „מאָרק און מינדי‟. לאַנגער דערציילט, אַז די דאָזיקע פּראָגראַם און צענדליקע אַנדערע זײַנע שאַפֿונגען זענען אים שטאַרק געפֿעלן געוואָרן צוליב דעם חידושדיקן און רושמדיקן סטיל. לאַנגערס עלטערן האָבן געמיינט, אַז וויליאַמס מוז זײַן אַ ייִד, ווײַל ער האָט זיך כּסדר באַנוצט מיט ייִדישע ווערטער.
למעשׂה, הגם וויליאַמס איז נישט געווען קיין ייִד און דערצויגן געוואָרן ווי אַן עפּיסקאָפּאַלער קריסט, האָט ער שטאָלצירן מיטן זײַן אַ ערן־מיטגליד פֿון דער ייִדישער קהילה און אויסגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג אַ ריי ייִדישע ראָלעס. דער קאָמיקער האָט פֿאַראָבֿלט זײַן ייִדישע אַלמנה, סיוזען שנײַדער.
יהושע פֿערסט, אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון Forward, האָט באַמערקט אין זײַן אַרטיקל, אַז הגם וויליאַמס איז באַקאַנט ווי אַ מחבר פֿון לוסטיקע קאָמישע אויפֿטריטן, איז ער בעצם געווען אַ טיף דערשלאָגענער מענטש. הינטער זײַנע שפּאַסן באַהאַלט זיך אַ טיפֿער ווייטיק און אומצופֿרידנקייט מיטן לעבן. לאַנגער האָט באַמערקט, אַז זײַנע פּערסאָנאַזשן זעען אָפֿט אויס ווי אָפּגעפֿרעדטע גלות־וואַנדערער; עס קאָן זײַן, אַז דאָס האָט משפּיע געווען אויף דעם קלאַנג וועגן די ייִדישע וואָרצלען פֿונעם קאָמיקער. במשך פֿון אַ סך יאָר איז ער געווען אַ קאָקאַיִן־נאַרקאָמאַן, האָפֿנדיק צו אַנטלויפֿן פֿון זיך אַליין.
דער „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟ האָט באַמערקט, אַז די ייִדישע מעדיאַ האָט זיך אָפֿט באַצויגן צו דעם פֿאַרשטאָרבענעם קאָמיקער ווי צו אַ ייִד. מיט אַ יאָר צוריק, האָט וויליאַמס פֿאַרשפּרייט זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע, וווּ ער טראָגט אַ יאַרמלקע. אַ צאָל ייִדישע וועבזײַטן האָבן דעמאָלט פֿאָרגעלייגט, ווי אַ פֿרײַנדלעכער שפּאַס, אַז דער קאָמיקער וואָלט געקאָנט אָנהייבן אַ נײַע קאַריערע און ווערן אַ רבֿ. די אָרגאַניזאַציע „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון אַמעריקע‟ האָט באַטאָנט: „מיר טרויערן צום פֿאַרלוסט פֿונעם גרויסן אַקטיאָר און קאָמיקער, ראָבין וויליאַמס ז״ל‟.
„האָרץ‟ זיך באַנוצנדיק מיטן ייִדישן וואָרט, וואָס אַרײַן אין ענגליש, האָט געמאָלדן אינעם קעפּל פֿון איר נעקראָלאָג, אַז וויליאַמס איז געווען אַ „מענטש‟. די צײַטונג האָט איבערגעגעבן, אַז אַ דײַטשישער טעלעוויזיע־זשורנאַליסט האָט אַמאָל געפֿרעגט וויליאַמס, פֿאַרוואָס זענען אין דײַטשלאַנד אַזוי ווייניק קאָמיקער; וויליאַמס האָט געעפֿטערט: „אפֿשר דערפֿאַר, וואָס די דײַטשן האָבן אויסגעהרגעט אַלע קאָמישע מענטשן‟; זײַן זשאַנער האָט עס כּסדר אַסאָציִיִרט מיט ייִדן און ייִדישקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.