אַפֿילו ווען די ראַקעטן וועלן מער נישט פֿאַלן, די סאָלדאַטן וועלן זיך אומקערן אַהיים, און אַפֿילו ווען ס׳רובֿ פֿאַרוווּנדעטע וועלן אַרויס פֿון די שפּיטעלער, וועלן די קעשענעס פֿון די ישׂראלים לײַדן פֿון די ריזיקע הוצאות, וואָס די הײַנטיקע אָפּעראַציע האָט אָפּגעקאָסט. די וואָך האָט מען געשלאָסן אַ צײַטווײַליקן שטילשטאַנד און מע האָפֿט צו דערגרייכן אַ לאַנג־צײַטיקע פּשרה; ס׳איז מעגלעך אָבער, אַז די מלחמה האָט זיך נאָך נישט פֿאַרענדיקט. אַזוי צי אַזוי, האָט מען שוין געמאַכט אַ חשבון, אַז דער סך־הכּלדיקער פּרײַז פֿונעם פֿיר־וואָכיקן קאָנפֿליקט האָט דערגרייכט פֿון 2.5 ביז 3.6 מיליאַרד דאָלאַר.
די רעגירונג האָט דערווײַל נישט דערלויבט דעם ראַדיאָ מפֿרסם צו זײַן די גענויע ציפֿערן, אָבער די ישׂראלדיקע נײַעס־קוואַלן האָבן דורכגעפֿירט פֿאָרלויפֿיקע חשבונות, לויט וועלכע די מיליטערישע הוצאות האָבן באַטראָפֿן פֿון 1.2 ביז 2.3 מיליאַרד דאָלאַר. דער פֿינאַנץ־מיניסטער, יאיר לפּיד, האָט געוואָרנט, אַז אינעם קומענדיקן יאָרן וועט דער בודזשעט־דעפֿיציט אינעם לאַנד שטײַגן, הגם ער האָט צוגעזאָגט נישט צו העכערן די שטײַערן.
יעדער ראַקעט פֿון דער שוץ־סיסטעם „כּיפּת ברזל‟ קאָסט 50,000 דאָלאַר. בעת דער איצטיקער מלחמה, האָט די סיסטעם אַראָפּגעשאָסן 584 „כאַמאַס‟־ראַקעטן. עס באַקומט זיך, אַז מע האָט אויסגענוצט די שוץ־ראַקעטן אויף אַ סומע פֿון 29 מיליאָן דאָלאַר. דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט צוגעזאָגט אויסצוגעבן נאָך 225 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר „כּיפּת ברזל‟. די ישׂראלדיקע באָמבעס האָבן אָפּגעקאָסט איבער 73 מיליאָן דאָלאַר.
לויטן חשבון פֿון „ידיעות אַחרונות‟, האָט צה״ל אויסגעגעבן כּמעט 200 מיליאָן דאָלאַר צו דעקן די הוצאות פֿון די רעזערוויסטן. די גרעסטע מכּה איז אָבער די עקאָנאָמישע צרות, וואָס די „כאַמאַס‟־ראַקעטן האָבן גורם געווען אינעם דרומדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל. די ישׂראלדיקע מאַנופֿאַקטור־אַסאָציאַציע האָט איבערגעגעבן, אַז די רעגירונג וועט מוזן אויסצאָלן די קאָמפּענסאַציע יעדן פֿינפֿן אַרבעטער אינעם ראַיאָן, וועלכע האָבן געמוזט בלײַבן אין דער היים צוליב די אַטאַקן. משה אַשר, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער שטײַער־אינסטאַנץ, האָט איבערגעגעבן דעם ייִט״אַ, אַז דער פֿאַרלוסט פֿון דער אָרטיקער פּראָדוקציע צוליב דער מלחמה באַטרעפֿט בערך 1.3 מיליאַרד דאָלאַר. אַשר האָט דערקלערט, אַז די טוריסטישע פֿירמעס האָבן אויך געליטן ריזיקע פֿאַרלוסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.