פֿונעם 7טן ביזן 14טן אויגוסט ווערט אין ווין דורכגעפֿירט די פֿינפֿטע יערלעכע אומפֿאָרמעלע „מוסולמעניש־ייִדישע‟ קאָנפֿערענץ, וווּ ייִדן און מוסולמענער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער קאָנען זיך פּערזענלעך טרעפֿן און באַקענען זיך אויף אַ דירעקטן אופֿן מיט דער ייִדישער און מוסולמענישער רעליגיע און קולטור. אַ סך פֿון די באַטייליקטע האָבן פֿריִער קיינמאָל נישט באַגעגנט אַ לעבעדיקן ייִד אָדער מוסולמענער.
אין דער אונטערנעמונג האָבן אָנטיילגענומען איבער 100 מענטשן פֿון 38 לענדער. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך אָנגעטראָפֿן אויף גרויסע שוועריקייטן, ווען זיי האָבן געבעטן די וויזע בײַ די עסטרײַכישע אינסטאַנצן. אייניקע פֿון זיי, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל געסט פֿון סודאַן און תּימן, האָט מען אָפּגעזאָגט. ס׳איז אַ שאָד, אַז אויף אַזאַ קאָנפֿערענץ, וואָס העלפֿט די פֿאָרשטייער פֿון ביידע רעליגיעס צו פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן, האָבן געוויסע מענטשן נישט געקאָנט קומען צוליב ביוראָקראַטישע פּראָבלעמען.
דעם ערשטן טאָג, האָבן די באַטייליקטע באַטראַכט פֿאַרשפּרייטע סטערעאָטיפּן וועגן ייִדן און מוסולמענער. אַ סך מוסולמענער טענהן, אַז זיי ווערן אָפֿט אומיושרדיק געשילדערט ווי טעראָריסטן, צוריקגעהאַלטענע פּאַרשוינען און טאָטאַליטאַריסטן. אַ סך ייִדן טענהן, פֿון זייער צד, אַז אין דער וועלט איז פֿאַרשפּרייט דער סטערעאָטיפּ, אַז זיי זאָרגן זיי, כּלומשרט, בלויז וועגן ישׂראל און קאָנטראָלירן די וועלט. סײַ די ייִדן, סײַ די מוסולמענער, טרעפֿן זיך אָפֿט אָן מיט גאַנץ ענלעכע פֿאָרמען פֿון קסענאָפֿאָביע.
דער מחבר פֿון די שורות דינט ווי דער מיטפֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט פֿאַר קונסט און קולטור בײַ דער „מוסולמעניש־ייִדישער קאָנפֿערענץ‟. די קולטור און טראַדיציע קאָן אויסגענוצט ווערן ווי אַ מיטל, וואָס העלפֿט צו פֿאַראייניקן די מענטשן. למשל, הגם די קולינאַרישע טראַדיציעס קאָנען אויסזען אויבערפֿלעכלעך, שפּילן זיי, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אַ גרויסע ראָלע אין אונדזער לעבן. צום בײַשפּיל, ווען אַ סודאַנעזער מוסולמענער עסט חלה בײַם שבתדיקן טיש צוזאַמען מיט אַ ישׂראלדיקן ייִד, גיט עס די מעגלעכקייט צו דערפֿילן דעם טעם פֿונעם ייִדישן לעבן.
אינמיטן דער קאָנפֿערענץ, האָב איך געעפֿנט „ניו־יאָרק טײַמס‟ און איבערגעקוקט די נײַעס וועגן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, וועגן די אומרוען אין סיריע, איראַק, טשאַד און ניגעריע. ס׳איז אַ דערשלאָגנדיקע צײַט; די וועלט איז פֿול מיט קאָנפֿליקטן. אַזעלכע געמיינזאַמע אונטערנעמונגען, ווי די איצטיקע קאָנפֿערענץ אין ווין, העלפֿן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ אין דער וועלט. אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פֿאַראייניקטער ישׂראל־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציע „קעמפֿער פֿאַר שלום‟ (באַקאַנט אויף העברעיִש ווי „לוחמים לשלום‟) איז אויפֿגעטראָטן בעת דער קאָנפֿערענץ מיט חכמה, אָפּטימיזם און האָפֿענונג צו דערגרייכן אַ שלום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.