וווּ איז ביביס „מזל־טובֿ‟?

Where is Bibi's Mazel Tov?

מאַכמוד מאַנסור און מורל מלכּה האָבן חתונה געהאַט דעם 17טן אויגוסט
Haaretz
מאַכמוד מאַנסור און מורל מלכּה האָבן חתונה געהאַט דעם 17טן אויגוסט

פֿון עליסאָן קאַפּלאַן־סאָמער (Forward)

Published August 19, 2014, issue of September 12, 2014.

בלויז זייער אַן ערנסטע סיבה קאָן דינען ווי אַ תּירוץ קאַליע צו מאַכן די שׂימחה פֿון אַ יונג פּאָרפֿאָלק בעת זייער חתונה; און ראַסיזם איז זיכער אַ שוואַכער תּירוץ.

אַפֿילו די שאַרפֿסטע קריטיקער פֿון געמישטע חתונות און אַסימילאַציע אין ישׂראל זענען אומצופֿרידן מיט דער טעטיקייט פֿון דער סתּירותדיקער גרופּע „להבֿה‟, וועלכע האָט פֿאַרשפּרייט דעם רוף צו צעשטערן די חתונה פֿון צוויי יונגע תּושבֿים אין יפֿו: מאַכמוד מאַנסור, אַ מוסולמענישער מאַן, און מורל מלכּה, אַ ייִדישע פֿרוי, וועלכע האָט אָנגענומען איסלאַם לטובֿת איר חתן.

צום גליק, האָבן טויזנטער ישׂראלים פֿאַרטיידיקט דאָס פּאָרפֿאָלק בפֿרהסיע און דער חתונה־זאַל האָט איגנאָרירט די כוואַליע דראָונגען. דאָס פּאָרפֿאָלק אַליין האָט אויך אַרויסגעוויזן אַ קוראַזש. דער נײַער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין, נישט זײַענדיק קיין ליבהאָבער פֿון געמישטע חתונות, האָט געוווּנטשן דעם פּאָרפֿאָלק אויפֿן „פֿייסבוק‟ געזונט און מזל, קריטיקירנדיק שאַרף די ראַסיסטישע אַטאַקן.

ריוולין האָט באַטאָנט, מאַכמוד אן מורל האָבן באַשלאָסן חתונה צו האָבן אין אַ דעמאָקראַטישן לאַנד, וווּ מע מוז נישט זײַן צופֿרידן מיט זייער ברירה, אָבער מע מוז אָנערקענען זייער רעכט דאָס צו טאָן און אַרויסווײַזן דרך־ארץ. דער פּרעזידענט האָט געטענהט, אַז מע מעג האַלטן קעגן געמישטע חתונות, אָבער מע טאָר נישט דערלאָזן קיין ראַסיסטישע גוואַלד־דראָונגען און דיסקרימינאַציע.

ס׳זעט אויס, אַז די מלחמה אין עזה, בעת וועלכער די באַציִונגען צווישן ייִדן און אַראַבער זענען געוואָרן אַ סך מער אָנגעצויגן, האָט משפּיע געווען אויף „להבֿה‟ — די סתּירותדיקע גרופּע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן סטראַשען די יונגע ייִדן און אַראַבער, וואָס געפֿינען זיך אין אינטימע באַציִונגען. אינעם יאָר 2011 האָט „האָרץ‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל מיטן אויספֿאָרשונג פֿון דער שטיצע, וואָס די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע באַקומט אויף אַן אומדירעקטן אופֿן פֿון דער מלוכה. דער „פֿייסבוק‟ האָט שוין אויסגעמעקט דאָס זײַטל פֿון „להבֿה‟ צוליב דעם גוואַלד־כאַראַקטער פֿון די סטראַשונקעס; זי באַווײַזט זיך אָבער ווידער אונטער נײַע נעמער.

דאָס מאָל, האָט „להבֿה‟ אָנגעהויבן אַ רעאַלע דראָונג־קאַמפּאַניע קעגן אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט שוין פֿינף יאָר צוזאַמען אין יפֿו און האָט איצט באַשלאָסן דורכצופֿירן אַ מוסולמענישע חתונה־צערעמאָניע. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט דערלויבט דורכצופֿירן אַ פּראָטעסט קעגן דער חתונה, אָבער לכל־הפּחות 200 מעטער פֿונעם שׂימחה־זאַל, און פֿאַרבאָטן די רעכטע אַקטיוויסטן צו קאָנטאַקטירן מיט די חתן־כּלה און זייערע קרובֿים.

וואָס האָט אָבער אויסגעפֿעלט איז בנימין נתניהוס „מזל־טובֿ‟. דער פּרעמיער האָט נישט רעאַגירט אויף דער כוואַליע פֿון ראַסיזם, וועלכע האָט אויסגעבראָכן אין ישׂראל במשך פֿונעם זומער, הגם ער ווייסט גאַנץ גוט, אַז נישט אַלעמאָל פֿאַרליבן זיך מענטשן אין די פֿאָרשטייער פֿון דער זעלבער רעליגיע. נתניהוס געוועזענע פֿרוי האָט זיך מגייר געווען און זײַן זון, יאיר, האָט געהאַט אַ ראָמאַן מיט אַ ניט־ייִדישער פֿרוי. ס׳זעט אויס, אַז נתניהו איז נאָך ווײַט פֿונעם אונטערהאַלטן ריוולינס „מזל־טובֿ‟.