עס הייבן זיך באַלד אָן די קלאַסן פֿונעם נײַעם לערן־יאָר, און די ייִדישע פּעדאַגאָגן באַמיִען זיך צוצוגרייטן זייערע לערער ווי אַזוי אַרומצורעדן די מלחמה אין עזה מיט זייערע תּלמידים.
דער ישׂראלדיקער בילדונג־מיניסטעריום האָט געמאָלדן, אַז די ערשטע צוויי וואָכן פֿונעם ישׂראלדיקן שול־יאָר וועט אַרײַננעמען דיסקוסיעס וועגן דער אָפּעראַציע אין עזה — ערשטנס, כּדי די תּלמידים זאָלן קאָנען אויסדריקן זייערע אייגענע געפֿילן, און צווייטנס, אַרומצורעדן דעם ענין פֿון וואָרט־פֿרײַהייט אין אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט, און ווי מע קען דורכפֿירן אַ דעבאַטע אויף אַ לײַטישן אופֿן.
אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט מען אויך אָנגעהויבן פּלאַנירן ווי אַרײַנצוגלידערן די טעמע אינעם קוריקולום פֿון די ייִדישע טאָגשולן און תּלמוד־תּורהס. למשל, בײַ וועלכן עלטער זאָל מען שמועסן וועגן דער שווערער פֿאַרוווּנדיקונג פֿון געוויסע ישׂראלדיקע ציווילע לײַט? וועגן דער פֿאַרכאַפּונג פֿון יונגע ישׂראלים? וועגן די סירענעס, וואָס וואָרענען קעגן אָנקומענדיקע ראַקעטן? ווי אַזוי זאָלן די לערער דערציילן וועגן די ציווילע קרבנות אין עזה, און וועגן דער וואַקסנדיקער שׂינאה אין דער וועלט קעגן ישׂראל און קעגן די ייִדן בכלל?
איין זאָרג וועגן אַזוינע דיסקוסיעס איז, אַז זיי קענען ווידער אַרויסרופֿן דעם סטערעאָטיפּ פֿון מדינת־ישׂראל ווי אַ געפֿערלעך אָרט — אַן אימאַזש, וואָס די צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישע שולן האָבן יאָרן לאַנג געפּרוּווט אויסצומײַדן דורך לעקציעס וועגן דער רײַכקייט פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור, וועגן אירע קולינאַרע אייגנאַרטיקייטן, איר פֿאַרשידנאַרטיקער מוזיק־וועלט און, אַוודאי, אירע הויך־טעכנאָלאָגישע ניסים. די שול־עקסקורסיעס קיין ישׂראל האָבן באַטאָנט איר פּרעכטיקע לאַנדשאַפֿט, ווי אויך די פֿאַרבינדונג צווישן דער ערד און דער ייִדישער אמונה.
דערצו וועלן די אַמעריקאַנער שולן דאַרפֿן באַנײַען אַ צווייטע טעמע, וואָס מע האָט אין די לעצטע יאָרן געפּרוּווט אויסמײַדן: אַנטיסעמיטיזם. די תּלמידים ווייסן שוין מסתּמא וועגן דער בולטער שׂינאה קעגן ישׂראל און די ייִדן דורך דער אינטערנעץ. ס׳איז אָבער נישט קלאָר ווי פֿעיִק זענען די לערער צו לערנען די טעמע. פֿון די 1960ער ביז די 1980ער יאָרן, למשל, האָבן די ייִדישע שולן אַזוי פֿיל גערעדט וועגן דעם חורבן, אַז ס׳איז שיִער נישט „נימאס געוואָרן‟, האָט מען זינט דעמאָלט געפּרוּווט ווי ווײַט מעגלעך אויסצומײַדן דיסקוסיעס וועגן אַנטיסעמיטיזם. ווי עס האָט באַמערקט דער היסטאָריקער סאַלאָ באַראָן: „לאָמיר אויפֿהערן צו באַוויינען די ייִדישע געשיכטע.‟
איצט אָבער, אַז די מעדיאַ איבער דער וועלט דריקט אויס אַ שאַרפֿע קריטיק קעגן ישׂראל וואָס שייך דער מלחמה אין עזה, און ווי אַ פּועל־יוצא, האָט זיך אויף ס׳נײַ באַוויזן אַ בולטער אַנטיסעמיטיזם איבער דער וועלט, וועט מען מוזן אומקערן די טעמע צום קוריקולום.
לויט אַן אָקערשטדיקן באַריכט וועגן דעם לימוד ישׂראל אין די צפֿון־אַמעריקאַנער שולן, דאַרפֿן די פּעדאַגאָגן נעמען אין באַטראַכט די פֿאָלגנדיקע פּונקטן:
ערשטנס, וועלן אַ טייל תּלמידים מסתּמא וויסן זייער ווייניק וועגן דער מלחמה אין עזה, און אַנדערע וועלן עס האָבן פּערזענלעך איבערגעלעבט, בפֿרט אויב זיי האָבן פֿאַרבראַכט דעם זומער אין ישׂראל — געלאָפֿן צום מקום־מיקלט בײַם הערן די סירענע, אָדער דערפֿילט דעם שרעק איבער די „כאַמאַס‟־טונעלן, וואָס פֿירן אַרײַן אין לאַנד. די לערער וועלן דאַרפֿן צופּאַסן זייערע לעקציעס צו די צוויי גאָר פֿאַרשידענע גרופּעס קינדער.
צווייטנס, וועט מען מוזן אַרומרעדן די טעמע אויף אַן אַנאַליטישן, נישט־עמאָציאָנעלן אופֿן — בפֿרט מיט די עלטערע תּלמידים. ס׳איז שיין צו ווײַזן זיי דעם זעלטענעם אַחדות, וואָס די ישׂראלים האָבן אַרויסגעוויזן בעת דער מלחמה, אָבער ס׳איז פּונקט אַזוי וויכטיק זיי צו ווײַזן די קאָמפּליצירטע חילוקי־דעות צווישן די ישׂראלים אַליין, און אויך צו דערציילן וועגן ישׂראלס פֿײַנטלעכע שכנים אינעם מיטעלן מיזרח.
דריטנס, דאַרף מען איבערגעבן די תּלמידים וועגן די כּלערליי ייִדישע קהילות איבער דער וועלט, אַנשטאָט בלויז וועגן די ישׂראלים און די אַמעריקאַנער ייִדן. אין אַ טייל אייראָפּעיִשע לענדער ווערן די ייִדן די טעג אָפֿט אַטאַקירט, און אַפֿילו דערהרגעט. דערפֿאַר דאַרפֿן מיר אויפֿהערן צו „באַשיצן‟ די אַמעריקאַנער ייִדישע תּלמידים פֿון דער מיאוסער רעאַליטעט. לאָמיר זיי גיכער לערנען דעם באַגריף פֿון אַרויסווײַזן סאָלידאַריטעט מיט אונדזערע ייִדישע ברידער און שוועסטער איבער דער וועלט — אַ לעקציע, וואָס וועט אפֿשר נאָך מער פֿאַרשטאַרקן זייער אידענטיפֿיקאַציע מיט ישׂראל און די ישׂראלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.