פּעטאַלומע, קאַליפֿאָרניע. — אין אַ קילן אָוונט לעצטנס, זענען די ייִדישע קעמפּערס אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע און רעציטירט לידער, וואָס זיי האָבן אָנגעשריבן אויף דער טעמע, אידענטיטעט. איין מיידל האָט באַשריבן אירע געפֿילן, ווען מע רייצט זי צוליב אירע „געדיכט־געקרײַזלטע האָר‟. אַ צווייטע האָט פֿאָרגעלייענט אַ גראַמענדיק לידל וועגן דער פֿראַזע וואָס זי הערט כּסדר — „אָבער דו זעסט נישט אויס ווי קיין ייִד‟.
„קעמפּ בכל לשון‟ איז נישט קיין טיפּישער ייִדישער זומער־לאַגער; ער איז דער איינציקער אין לאַנד פֿאַר קינדער מיט אַ טונקעלער הויט.
„אונדזער ציל איז צו געבן די קינדער אַ געלעגנהייט צו פֿילן זיך נאָרמאַל אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה,‟ האָט דערקלערט דײַאַן טאָבין, די גרינדערין און דירעקטאָרין פֿון דער מאַמע־אָרגאַניזאַציע פֿונעם לאַגער — „בכל לשון‟, וואָס פּריידיקט אַן עטנישע, ראַסישע און קולטורעלע פֿאַרשידנאַרטיקייט אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
די 61־יאָריקע טאָבין און איר פֿאַרשטאָרבענער מאַן, גאַרי טאָבין, האָבן געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע אין יאָר 2000, דרײַ יאָר נאָכן אַדאָפּטירן אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ייִנגעלע. דער לאַגער, וואָס פֿירט איצט דורך זײַן זעקסטן סעזאָן, פּראַוועט ייִדישע טראַדיציעס דורך פּעדאַגאָגישע אַקטיוויטעטן, וואָס אָנערקענען די פֿיל־פֿאַרביקייט פֿון די הײַנטיקע ייִדן איבער דער וועלט.
יעדן אינדערפֿרי, נאָכן באַטייליקן זיך אין פֿאַרשידענע ספּאָרט־אַקטיוויטעטן, דאַרפֿן די קעמפּערס זאַמלען „רמזים‟ וועגן אַ געוויס לאַנד, וואָס זיי וועלן אין יענעם טאָג „באַזוכן‟; דערנאָך גייען זיי דורכן גרענעץ־קאָנטראָל, וווּ מע שטעלט זיי אַ שטעמפּל אין זייערע אַליין־געשאַפֿאַנע פּאַספּאָרטן. במשך פֿונעם טאָג, מאַכן די קינדער פֿאַרשידענע קונסטווערק אינספּירירט פֿונעם לאַנד, וואָס זיי באַזוכן.
בעת אַ וויזיט פֿון דער ייִט״אַ נישט לאַנג צוריק, האָבן די קעמפּערס געשריבן פּאָעזיע, זיצנדיק אינעם קונסט־צימער, פֿאַרהאָנגען מיט די נאַציאָנאַלע חפֿצים, וואָס זיי האָבן אַליין געמאַכט: געפֿלאָכטענע קוישן פֿון מעקסיקע און געפֿעדערטע מאַסקעס פֿון קאָלאָמביע. אַהרן לוי סעמיועלס, אַ שוואַרצער ייִדישער אַרטיסט פֿון ניו־יאָרק איז הײַנט ספּעציעל געקומען אינעם לאַגער, כּדי אָנצופֿירן מיטן פּאָעזיע־וואַרשטאַט.
דער 25־יאָריקער סעמיועלס, דער מחבר פֿון אַ זאַמלונג פּאָעזיע, Yarmulkes and Fitted Caps [יאַרמלקעס און ענגע היטלען], האָט דערציילט, אַז בעת די קינדער־יאָרן אין ראָד־אײַלאַנד, זענען ער מיט זײַן ברודער געווען די איינציקע שוואַרצע קינדער אין דער אָרטיקער שיל. ווי דער זון פֿון אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, האָט סעמיועלס געזאָגט, אַז ער פֿאַרשטייט גוט די שוועריקייטן וואָס די קעמפּערס פֿון „בכל לשון‟ מאַכן דורך. „הלוואי וואָלט איך קינדווײַז געקאָנט פֿאַרברענגען מײַנע זומערן אין אַזאַ לאַגער,‟ האָט ער געזאָגט.
מאַיאַ קאַמפּבעל, די 14־יאָריקע טאָכטער פֿון אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿרוי אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָט פֿאַרבראַכט יעדן זומער אין „בכל־לשון‟ זינט זײַן גרינדונג. „ס׳איז זייער ׳קול׳ דאָ, ווײַל אין מײַן שיל גייען, בדרך־כּלל, בלויז ווײַסע מענטשן,‟ האָט זי באַמערקט.
מע מוז אָבער נישט האָבן קיין טונקעלע הויט צו ווערן אַ קעמפּער אינעם לאַגער. בעת דעם פּאָעזיע־אָוונט האָט אויך אַ ווײַס מיידל רעציטירט אַ ליד, כאָטש די טעמע איז געווען אַ ביסל אַן אַנדערע: „אַ ייִדיש מיידל וואָס איז ׳נערדי׳‟. דאָס ענגלישע וואָרט ׳נערדי׳ באַטײַט ׳אינטעליגענט, אָבער סאָציאַל אומבאַהאָלפֿן׳. דערצו אַרבעט טאָבינס ווײַסער זון, יונה, ווי אַ געהילף־אויפֿפּאָסער, און טאָבינס צווייטע טאָכטער, שׂרה ספּענסער, אויך אַ ווײַס־הויטיקע, דינט ווי די וויצע־דירעקטאָרין פֿונעם לאַגער.
סאַוואַנע הענרי, אַן 21־יאָריקע אויפֿפּאַסערין מיט אַ שוואַרצן טאַטן, האָט פֿריִער געהאַט אַ נעגאַטיווע איבערלעבונג אין אַ געוויינטלעכן ייִדישן זומער־לאַגער אין סאַנטאַ־ראָזע, קאַליפֿאָרניע. „כ׳האָב זיך דאָרט עפּעס נישט געפֿונען קיין אָרט,‟ האָט זי באַמערקט. באַלד ווי זי האָט אָבער אַנטדעקט „בכל־לשון‟ מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט עס אין גאַנצן געביטן איר צוגאַנג. „הײַנט בין איך אַ שטאָלץ ייִדיש מיידל,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.