סוף־וואָך זײַנען די אוקראַיִנישע אײַנוווינער פֿון ניו־יאָרק אַרויסגעגאַנגען אויף אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע אין מאַנהעטן. אַרום 500 מענטשן האָבן געטראָגן אַ לאַנגע געל־בלויע לײַוונט — די קאָלירן פֿון דער אוקראַיִנישער פֿאָן, אויסשרײַענדיק לאָזונגען קעגן פּוטין און זײַן רעזשים אויף ענגליש און אוקראַיִניש. זיי האָבן מאַרשירט אויף דער פֿינפֿטער אַוועניו, אָנהייבנדיק פֿון דער 57סטער גאַס אין דער ריכטונג פֿון דעם רוסלענדישן גענעראַל־קאָנסולאַט, וואָס געפֿינט זיך אויף דער 91סטער גאַס.
צום בנין פֿונעם קאָנסולאַט האָט די פּאָליציי די דעמאָנסטראַנטן נישט דערלויבט צוגיין, דעריבער איז דער מיטינג דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם צענטראַל־פּאַרק. אין אַלגעמיין, איז די דעמאָנסטראַציע אָרגאַניזירט געוואָרן מיט קאָפּ, נישט־שטערנדיק דער טראַנספּאָרט־באַוועגונג.
ס׳רובֿ באַטייליקטע זײַנען אַוודאי געווען אוקראַיִנער; עס זײַנען אָבער אויך געווען רוסן און אַמעריקאַנער פֿון פֿאַרשידענעם עלטער. ס׳האָבן נישט אויסגעפֿעלט קיין ייִדן, בפֿרט אַז דער עלטערער דור, וואָס איז נאָך ביז הײַנט אײַנגעוואָרצלט אין „יענעם לעבן‟, זאָרגט זיך פּונקט אַזוי פֿיל (אויב נישט מערער) וועגן דעם גורל פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע, ווי דער גורל פֿון ישׂראל.
בײַ אייניקע פּראָטעסטירער זײַנען אויף דער פּלייצע צוגעשפּיליעט געווען פּאַפּירענע צילברעטער; אַנדערע האָבן געטראָגן נאַציאָנאַל־אויסגענייטע העמדער, און אַ סך מיידלעך האָבן באַקרוינט זייערע קעפּ מיט טראַדיציאָנעלע בלומען־קרענצלעך. די אַקציע אַליין האָט זיך אָנגעהויבן פֿונעם זינגען דעם אוקראַיִנישן הימען און זיך פֿאַרענדיקט מיטן זינגען דעם הימען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די הויפּט־לאָזונגען זײַנען געווען — „פּוטין, אַראָפּ די הענט פֿון אוקראַיִנע!‟, „לעבן זאָלן די העלדן פֿון אוקראַיִנע!‟, „רוסלאַנד — אַרויס פֿון אוקראַיִנע!‟.
די רעדנער האָבן בדרך־כּלל גערעדט אויף אוקראַיִניש און ענגליש, אָבער ווען דער פֿאָרשטייער פֿון דער גרוזינישער געזעלשאַפֿט אין אַמעריקע, לאַשאַ טאַקטאַקישווילי, האָט באַגריסט דעם עולם, האָט ער עס געטאָן אויף רוסיש: „מיר האָבן געזיגט אויפֿן קאַווקאַז, און מיר וועלן זיגן אין אוקראַיִנע אויך!‟ איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, אָקסאַנאַ ליטווין, האָט געזאָגט, אַז אַזעלכע פּראָטעסט־מיטינגען זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין נײַן שטעט פֿון צפֿון־אַמעריקע, פֿון וואַשינגטאָן ביז טאָראָנטאָ. „מיר זײַנען אַרויסגעגאַנגען פּראָטעסטירן, — האָט זי דערקלערט, — אַז די מענטשן זאָלן קאָנען באַשטימען פֿאַר זיך, אויף וואָסער זײַט פֿון די באַריקאַדן געפֿינען זיי זיך‟.
לויט מײַן מיינונג, זײַנען די עקסטרעמסטע לאָזונגען געווען: „Stop the Russian Aggressor‟ און „Adolf Putin, Hands off Ukraine!‟. אינטערעסאַנט איז, אַז די אָרטיקע אוקראַיִנער און די אוקראַיִנישע ייִדן טראָגן נישט אין האַרצן קיין שׂינאה קעגן די אײַנוווינער פֿון רוסלאַנד, להיפּוך צו געוויסע אָרטיקע רוסן און רוסישע ייִדן, אָנגעשטעקט פֿון די אָפֿיציעלע רוסלענדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, שיטן ממש פּעך און שוועבל אויף דער אוקראַיִנישער רעגירונג.
דער וויכטיקסטער לאָזונג אויף דער דעמאָנסטראַציע האָט מיר דערמאָנט די אַלטע, אָבער נאָך אַלץ אַקטועלע ווערטער, וואָס קומען אַרויס פֿון דער ביבל: „PUTIN, LET MY PEOPLE GO!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.