ביזן יאָר 1991, האָב איך קיינמאָל נישט געחלומט צו ווערן אַן אינטערנאַציאָנאַלע שמוגלער. איך בין אויפֿגעוואַקסן אין שוועדן, געוואָרן פֿרום אין דער יוגנט און אַוועקגעפֿאָרן אין 1978 קיין ישׂראל. איך האָב געוווינט אין רעננה און געאַרבעט ווי אַן אינזשעניר, ווען אַ נײַער אימיגראַנט פֿון שוועדן האָט מיר דערציילט וועגן דער פֿאַרלאָזטער שיל אין דער שוועדישער שטאָט קריסטיאַנסטאַד.
איך געדענק, ווי אין מײַנע קינדער־יאָרן האָב איך באַזוכט דאָס דאָזיקע אָרט, מיט די שיינע בענק פֿאַר בערך 60 מתפּללים, באַלעמער און אָרון־קודש, געמאַכט פֿונעם שוועדישן דעמב. יעקבֿ, דער ייִד פֿון שוועדן, האָט מיך געפֿרעגט, צי עמעצער וויל קריגן אַ גאַנצע שיל פֿון שוועדן, אינגאַנצן אומזיסט? אין יענער צײַט בין איך געווען באַשעפֿטיקט אינעם בוי־פּראָיעקט פֿון אַ נײַעם בית־מדרש, וואָס הייסט „לכו נרננו‟.
יעקבֿ האָט דערקלערט, אַז זײַן טאַטע איז געווען דער חזן, בעל־קורא און שוחט אין דער קריסטיאַנסטאַדער קליינער קהילה. די לעצטע מתפּללים פֿון דער שיל האָבן אים געבעטן צו געפֿינען פֿאַר איר אַ נײַעם פּלאַץ; במשך פֿון עטלעכע יאָר איז זי געשטאַנען ליידיק.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז לויט די ישׂראלדיקע געזעצן וואָלט מען געמוזט באַצאָלן די אימפּאָרט־שטײַערן פֿאַרן אינטעריער פֿון דער שיל. לויט מײַן חשבון, האָט זיך באַקומען, אַז דאָס אַלטע מעבל פֿון שוועדן וואָלט אָפּגעקאָסט צו טײַער — בערך 12,000 דאָלאַר.
מײַנער אַ פֿרײַנד, צוזאַמען מיט זײַן טאַטן, האָט צענומען דעם שיל־אינטעריער, אַרײַנגערעכנט די הילצערטע טיר, און האָט געבראַכט דאָס מעבל אויף אַ סקלאַד אין דער פּאָרט־שטאָט העלסינגבאָרג. פּלוצעם, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז פֿון דאָרטן קאָן מען עס גרינג אַריבערברענגען קיין קאָפּענהאַגן. אין פֿאַרגלײַך מיט שוועדן, געהערט דענמאַרק צו דער אייראָפּעיִשער עקאָנאָמישער געזעלשאַפֿט, וועלכע האָט געחתמעט דעם אָפּמאַך וועגן דעם פֿרײַען האַנדל מיט ישׂראל.
כּדי אויסצומײַדן די שטײַערן בײַם צאָל־אַמט האָט די ייִדישע קהילה אין מאַלמאָ, וואָס די קריסטיאַנסטאַדער שיל איז געווען פֿאַרבונדן מיט איר, אָפֿיציעל מנדבֿ געווען די שיל צו דער קאָפּענהאַגענער קהילה, און זי — צו דעם נײַעם שיל־פּראָיעקט אין רעננה. איך האָב אויסגעפֿונען, אַז דער אָפֿיציעלער קאָפּענהאַגענער פֿראַכט־פּאָרט געפֿינט זיך אין העלסינגבאָרג; דאָס הייסט, אַז מיר האָבן אַפֿילו נישט געדאַרפֿט אַריבערשלעפּן די שיל קיין דענמאַרק.
צוערשט, האָבן מיך זיך אָנגעטראָפֿן אויף ביוראָקראַטישע פּראָבלעמען; צו מײַן חידוש, האָט דער ישׂראלדיקער מיניסטעריום פֿון רעליגיעס אויך נישט געוואָלט געבן אַן אָפֿיציעלע אימפּאָרט־דערלויבעניש. איינער אַ קאָלעגע פֿון מײַנע באַקאַנטע, וועלכע האָט געאַרבעט אין אַ טראַנספּאָרט־פֿירמע, האָט אָבער געלייזט די סיטואַציע, ווען איך האָב אים פֿאָרגעלייגט צוויי פֿלעשער פֿונעם כּשרן „סליוואָוויץ‟.
מיט עטלעכע חדשים נאָך דער גאַנצער מעשׂה, האָט שוועדן געחתמעט אַן אָפּמאַך מיט ישׂראל, לויט וועלכן איך וואָלט נישט געדאַרפֿט צוטראַכטן אַזעלכע קונצן. דעמאָלט וואָלט איך אָבער נישט געקאָנט דערציילן מיט שטאָלץ, אַז איך האָב אַריבערגעשמוגלט אַ גאַנצע שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.